AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 136
◄ Psalms 135
Psalms 136
תְּהִלִּים 136
Psalms 137 ►
1גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
2גיט אַ דאַנק צו אלֹקים פֿון די ג‑טער,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
3גיט אַ דאַנק צום האַר פֿון די האַרן,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
4צו דעם װאָס טוט אַלײן גרױסע װוּנדער,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
5צו דעם װאָס האָט געמאַכט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
6צו דעם װאָס האָט אױסגעשפּרײט די ערד איבער די װאַסערן,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
7צו דעם װאָס האָט געמאַכט די גרױסע ליכטער,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
8די זון פֿאַר געװעלטיקונג בײַ טאָג,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
9די לבֿנה און שטערן פֿאַר געװעלטיקונגען בײַ נאַכט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
10צו דעם װאָס האָט געשלאָגן מִצרַיִם אין זײערע בכוֹרים,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
11און אַרױסגעצױגן יִשׂרָאֵל פֿון צװישן זײ,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
12מיט אַ שטאַרקער האַנט און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם,[1]
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
13צו דעם װאָס האָט צעשניטן {גזר}[2] דעם ים-סוףֿ אין שטיקער,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
14און דורכגעפֿירט יִשׂרָאֵל אין מיטן,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
15און אַרײַנגעטרײסלט פַּרעהן און זײַן חיל אין ים-סוףֿ,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
16צו דעם װאָס האָט געפֿירט זײַן פֿאָלק אין דער מדבר,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
17צו דעם װאָס האָט געשלאָגן גרױסע מלכים,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
18און געהרגעט שטאַרקע מלכים,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
19סיחון דער מלך פֿון אֶמוֹרי,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
20און עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
21און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
22אַ נחלה פֿאַר יִשׂרָאֵל זײַן קנעכט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
23צו דעם װאָס האָט אין אונדזער דערנידערונג געדאַכט אָן אונדז,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
24און אונדז אױסגעלײזט פֿון אונדזערע דריקער,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
25װאָס גיט ברױט צו יעטװעדער באַשעפֿעניש,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
26גיט אַ דאַנק צום אֵל פֿון די הימלען,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 135Psalms 137 ►