AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 147
◄ Psalms 146
Psalms 147
תְּהִלִּים 147
Psalms 148 ►
1הַלְלוּ יָהּ (ה׳);
װאָרעם גוט איז זינגען צו אלוקינו,
װאָרעם עס איז ליבלעך;
שײן איז דאָס לױבן.
2ה׳ בױט ירושָלַיִם,
די פֿאַרשטױסענע פֿון יִשׂרָאֵל װעט ער אײַנזאַמלען;
3דער װאָס הײלט {רפא}[1] די צעבראָכענע הערצער,
און פֿאַרבינדט זײערע װוּנדן[2].
4ער צײלט דעם מיספּר פֿון די שטערן,
זײ אַלע מיט נעמען רופֿט ער אָן.
5גרױס איז אונדזער האַר און מאַכטיק אין כּוֹח,
נישטאָ קײן שיעור צו זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.
6ה׳ ריכט אױף די געדריקטע,
ער דערנידערט די רשעים ביז דער ערד.
7זינגט צו ה׳ מיט לױב-געזאַנג,
שפּילט צו אלוקינו אױף דער האַרף.
8דער װאָס באַדעקט דעם הימל מיט װאָלקנס,
װאָס ברײט אָן רעגן פֿאַר דער ערד,
װאָס באַשפּראָצט די בערג מיט גראָז.
9ער גיט דער בהמה איר שפּײַז,
די קינדער פֿון ראָב װאָס רופֿן.
10נישט די גבֿורה פֿון דעם פֿערד באַגערט ער,
נישט די שענקלען פֿון דעם מאַן װיל ער.
11ה׳ װיל די װאָס פֿאָרכטן אים,
די װאָס האַרן אױף זײַן חֶסֶד.
12גיב אַ שבֿח צו ה׳, ירושָלַיִם,
לױב דײַן ג-ט, צִיוֹן.
13װאָרעם ער האָט געשטאַרקט די ריגלען פֿון דײַנע טױערן,
ער האָט געבענטשט דײַנע קינדער אין דיר;
14דער װאָס גיט דײַן געמאַרק שלום,
דיך זעטיקט מיט פֿעטס פֿון װײץ;
15דער װאָס שיקט זײַן אָנזאָג אױף דער ערד –
אױף גיך לױפֿט זײַן װאָרט;
16דער װאָס גיט שנײ אַזױ װי װאָל,
פֿראָסט װי אַש טוט ער שפּרײטן.
17ער װאַרפֿט זײַן אײַז אַזױ װי ברעקלעך;
פֿאַר זײַן קעלט, װער קען באַשטײן?
18ער שיקט זײַן װאָרט, און מאַכט זײ צעגײן;
ער מאַכט בלאָזן זײַן װינט, רינען װאַסערן.
19ער זאָגט זײַנע װערטער צו יעקבֿ,
זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן צו יִשׂרָאֵל.
20ער האָט אַזױ נישט געטאָן צו קײן פֿאָלק,
און געזעצן, דערפֿון װײסן זײ נישט.
הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 146Psalms 148 ►