1הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
לױב ה׳, מײַן זעל;
2איך װעל לױבן ה׳ כּל-זמן איך לעב,
איך װעל זינגען צו ה׳ װי לאַנג איך בין.
3איר זאָלט אײַך נישט פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן,
אױף אַ מענטשנקינד װאָס נישטאָ בײַ אים קײן הילף.
[1]
4גײט אױס זײַן אָטעם, קערט ער זיך אום צו זײַן שטױב;
אין יענעם טאָג גײען אונטער זײַנע טראַכטונגען.
5װױל צו דעם װאָס דער אֵל פֿון יעקבֿ איז זײַן הילף,
װאָס זײַן אױסקוק איז אױף ה׳ זײַן ג-ט,
6װאָס האָט געמאַכט דעם הימל און די ערד,
דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ;
דער װאָס היט טרײַשאַפֿט אױף אײביק;
7װאָס טוט רעכט צו די געדריקטע,
װאָס גיט ברױט צו די הונגעריקע.
ה׳ בינדט אָפּ די געבונדענע,
8ה׳ מאַכט זעעדיק די בלינדע,
ה׳ שטעלט אױף די געבױגענע,
ה׳ האָט ליב די גערעכטע.
9ה׳ באַהיט די פֿרעמדע;
דעם יתום און די אַלמנה ריכט ער אױף,
און דעם װעג פֿון די רשעים פֿאַרדרײט ער.
10ה׳ װעט קיניגן אױף אײביק,
דײַן ג-ט, צִיוֹן, אױף דור-דורות.
הַלְלוּ יָהּ (ה׳).