AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 2
◄ Isaiah 1
Isaiah 2
יְשַעְיָה 2
Isaiah 3 ►

1דאָס װאָרט װאָס ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן האָט געזען אױף יהוּדה און ירושָלַיִם.

2און עס װעט זײַן אין סוף פֿון די טעג,
װעט שטײן פֿעסט דער באַרג פֿון ה׳ס הױז
אױבן אָן פֿון די בערג,
און דערהױבן איבער די הײכן;
און אַלע פֿעלקער װעלן צו אים שטראָמען.
3און פֿיל אומות װעלן גײן און װעלן זאָגן:
קומט, און לאָמיר אַרױפֿגײן צום באַרג פֿון ה׳,
צום הױז פֿון דעם אלוקי יעקבֿ;
און ער װעט אונדז לערנען פֿון זײַנע װעגן,
און מיר װעלן גײן אין זײַנע שטעגן;
װאָרעם פֿון צִיוֹן װעט אַרױסגײן אַ תּורה,
און ה׳ס װאָרט פֿון ירושָלַיִם.
4און ער װעט משפּטן צװישן די פֿעלקער,
און אַנטשײדן איבער פֿיל אומות;
און זײ װעלן שמידן זײערע שװערדן אױף אַקעראײַזנס,
און זײערע שפּיזן אױף צװײַגמעסערס;
אַ פֿאָלק קעגן אַ פֿאָלק װעט נישט הײבן אַ שװערד,
און מע װעט נישט מער לערנען מלחמה[1].
5הױז פֿון יעקבֿ, קומט, און לאָמיר גײן
אין דעם ליכט פֿון ה׳.[2]
6װאָרעם האָסט פֿאַרלאָזט דײַן פֿאָלק, דאָס הױז פֿון יעקבֿ,
װײַל זײ זײַנען פֿול מיט כּישוף פֿון מזרח,
און מיט װאָרזאָגער אַזױ װי די פּלִשתּים,
און מיט פֿרעמדגעבאָרענע זאַכן גיבן זײ זיך אָפּ.
7און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט זילבער און גאָלד,
און נישטאָ קײן שיעור צו זײַנע אוֹצרות;
און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט פֿערד,
און נישטאָ קײן שיעור צו זײַנע רײַטװעגן.
8און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט אָפּגעטער;
צום װערק פֿון זײערע הענט טוען זײ זיך בוקן,
צו װאָס זײערע פֿינגער האָבן געמאַכט.
9און געבױגן איז דער מענטש,
און נידעריק איז דער מאַן,
און דו קענסט זײ נישט פֿאַרגעבן.
10גײ אַרײַן אין פֿעלדז,
און באַהאַלט זיך אין שטױב,
פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון ה׳,
און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט.
11די האָפֿערדיקע אױגן פֿון מענטשן װערן דערנידערט,
און די הױכקײט פֿון לײַט װעט געבױגן װערן,
און ה׳ אַלײן װעט זײַן דערהױבן אין יענעם טאָג.
12װאָרעם אַ טאָג איז דאָ בײַ ה׳ צבָֿאוֹת,
אױף אַלעם שטאָלצן און הױכן,
און אױף אַלעם דערהױבענעם,
עס זאָל דערנידערט װערן;
13און אױף אַלע צעדערן פֿון לבֿנוֹן,
די הױכע און דערהױבענע,
און אױף אַלע אײכנבײמער פֿון בָשָן;
14און אױף אַלע הױכע בערג,
און אױף אַלע דערהױבענע הײכן;
15און אױף יעטװעדער הױכן טורעם,
און אױף יעטװעדער באַפֿעסטיקטער מױער;
16און אױף אַלע שיפֿן פֿון תַּרְשִיש,
און אױף אַלע גלוסטיקע שיפֿן.
17און די האָפֿערדיקײט פֿון מענטשן װעט געבױגן װערן,
און די הױכקײט פֿון לײַט װעט דערנידערט װערן,
און ה׳ אַלײן װעט זײַן דערהױבן אין יענעם טאָג.
18און די אָפּגעטער װעלן אין גאַנצן פֿאַרגײן.
19און מע װעט אַרײַנגײן אין הײלן פֿון פֿעלדזן,
און אין לעכער פֿון דער ערד,
פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון ה׳,
און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט,
װען ער שטײט אױף די ערד אױפֿצוטרײסלען.
20אין יענעם טאָג װעט אַװעקװאַרפֿן דער מענטש
זײַנע אָפּגעטער פֿון זילבער, און זײַנע אָפּגעטער פֿון גאָלד,
װאָס זײ האָבן זיך געמאַכט, זיך צו בוקן,
פֿאַר די קראָטן און פֿאַר די פֿלעדערמײַז;
21כּדי אַרײַנצוגײן אין לעכער פֿון פֿעלדזן,
און אין שפּאַלטן פֿון שטײנער,
פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון ה׳,
און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט,
װען ער שטײט אױף די ערד אױפֿצוטרײסלען.
22פֿאַרמײַדט אײַך פֿונעם מענטשן װאָס אַ אָטעם איז אין זײַן נאָז,
װאָרעם װאָס איז ער גערעכנט?
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote2 Thessalonians 1 →

1פוילוס און סילוואנוס און טימאטעוס צו דער קהלה פון די טעסאלאניקער אין ג‑ט אונדזער פאטער און אין האר יהושע/ישוע המשיח; 2חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און דעם האר יהושע/ישוע המשיח.

3מיר זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, ווי עס פאסט זיך, ווייל אייער גלויבן וואקסט זייער שטארק, און די ליבע פון יעדן איינעם פון אייך אלעמען מערט זיך לגבי די אנדערע, 4אזוי, אז מיר אליין בארימען זיך מיט אייך אין די קהלות פון ה׳, איבער אייער סבלנות און אמונה אין אלע אייערע רדיפות און צרות, וואס איר טראגט איבער; עס איז א באווייז פון ה׳ס גערעכטן משפט; 5כדי איר זאלט גערעכנט ווערן ראוי צום קעניגרייך פון ה׳, פאר וועלכן איר ליידט אויך; 6ווייל עס איז דאך א גערעכטע זאך ביי ה׳ צו פארגעלטן צרות צו די, וועלכע טאן אייך אָן צרות, 7און צו אייך, די געפייניקטע, מנוחה מיט אונדז ביי דער אנטפלעקונג פון דעם האר יהושע/ישוע פון הימל מיט די מלאכים פון זיין מאכט 8אין א פלאם פייער, געבנדיק א נקמה פארגעלטונג די, וואס קענען נישט ה׳ און זענען נישט געהארכזאם צו דער גוטער בשורה פון אונדזער האר יהושע/ישוע; 9די דאזיקע וועלן ליידן א שטראף, אן אייביקע פארדארבונג פון דעם פנים פון דעם האר און פון דער הערלעכקייט פון זיין מאכט, 10ווען ער וועט קומען פארהערלעכט צו ווערן אין זיינע קדושים, און באוואונדערט צו ווערן אין אלע מאמינים—ווייל אונדזער עדות זאגן איז פון אייך געגלויבט געווארן—אין יענעם טאג. 11דערפאר טאן מיר אויך תמיד מתפלל זיין פאר אייערטוועגן, כדי אונדזער ג‑ט זאל אייך מאכן ראוי פון דעם רוף, און דערפילן מיט מאכט יעדן באגער (אייערן) צום גוטן; און (יעדע) טאט פון אמונה; 12כדי דער נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע זאל פארהערלעכט ווערן אין אייך, און איר אין אים, לויט דעם חסד פון אונדזער ג‑ט און דעם האר יהושע/ישוע המשיח.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 1Isaiah 3 ►