AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 93
◄ Psalms 92
Psalms 93
תְּהִלִּים 93
Psalms 94 ►
1ה׳ טוט קיניגן;
ער האָט זיך מיט גרױסקײט באַקלײדט;
ה׳ האָט זיך אָנגעקלײדט,
מיט שטאַרקײט זיך אָנגעגורט;
אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט,
זי זאָל זיך נישט װאַקלען.
2פֿעסט שטײט דײַן טראָן[1] פֿון אַ מאָל,
פֿון אײביק[2] אָן ביסטו.
3די טײַכן, ה׳, האָבן אױפֿגעהױבן,
די טײַכן האָבן אױפֿגעהױבן זײער קֹול;
די טײַכן הײבן אױף זײער גערױש.
4מער פֿון די קוֹלות פֿון װאַסערן גרױסע,
פֿון מאַכטיקע אינדן פֿון ים,
איז מאַכטיק ה׳ אין דער הײך.
5דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}[3] זײַנען זיכער ביז גאָר;
פֿאַר דײַן הױז פּאַסט זיך הײליקײט, ה׳,
אױף אײביקע טעג.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 92Psalms 94 ►