AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Exodus 20
◄ Exodus 19
Exodus 20
שְמוֹת 20
Exodus 21 ►

1און אלֹקים האָט גערעדט אַלע די דאָזיקע װערטער, אַזױ צו זאָגן:

2איך בין ה׳ דײַן ג-ט, װאָס האָב דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.

3זאָלסט נישט האָבן אַנדערע ג‑טער פֿאַר מײַן פּנים. 4זאָלסט דיר נישט מאַכן אַ בילד געשניץ, אָדער אַ קײנערלײ געשטאַלט פֿון װאָס אין הימל אױבן, אָדער װאָס אױף דער ערד אונטן, אָדער װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד. 5זאָלסט זיך נישט בוקן צו זײ, און זאָלסט זײ נישט דינען;[1] װאָרעם איך ה׳ דײַן ג-ט בין אַן אֵל קַנֹּוא[2], װאָס רעכן זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿײַנט, 6און טו חֶסֶד מיטן טױזנטסטן גליד פֿון די װאָס האָבן מיך ליב, און פֿון די װאָס היטן מײַנע געבאָט.

7זאָלסט נישט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון ה׳ דײַן ג-ט צום פֿאַלשן, װאָרעם ה׳ שענקט נישט דעם װאָס ברענגט אַרױף זײַן נאָמען צום פֿאַלשן.

8געדענק דעם טאָג פֿון שבת, אים צו האַלטן הײליק. 9זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן, און טאָן אַלע דײַנע מלאָכות; 10אָבער דער זיבעטער טאָג איז שבת צו ה׳ דײַן ג-ט, זאָלסטו נישט טאָן קײן מלאָכה, דו, און דײַן זון, און דײַן טאָכטער, דײַן קנעכט, און דײַן דינסט, און דײַן בהמה, און דײַן פֿרעמדער װאָס אין דײַנע טױערן. 11װאָרעם זעקס טעג האָט ה׳ געמאַכט דעם הימל און די ערד, דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ, און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערוט; דערום האָט ה׳ געבענטשט דעם טאָג פֿון שבת, און האָט אים געהײליקט.

12האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.

13זאָלסט נישט הרגען. 14 זאָלסט נישט מזַנה זײַן. 15 זאָלסט נישט גנבֿען. 16 זאָלסט נישט זאָגן אױף דײַן חבֿר פֿאַלשע עדות.

14 זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס הױז; זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס װײַב, אָדער זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, אָדער זײַן אָקס, אָדער זײַן אײזל, אָדער װאָס נאָר עס איז דײַן חבֿרס.

15און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט בײגעװױנט די דונערן, און די פֿלאַמען, און דעם קֹול פֿון שופֿר, און דעם רױכיקן באַרג; און װי דאָס פֿאָלק האָט עס געזען, אַזױ האָבן זײ געציטערט, און זײַנען געשטאַנען פֿון דער װײַטן. 16און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: רעד דו צו אונדז, און מיר װעלן הערן, און זאָל נישט רעדן צו אונדז אלֹקים; מיר װעלן חלילה שטאַרבן.[3]

17האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן, װאָרעם כּדי אײַך צו פּרוּװן איז האלֹקים געקומען, און כּדי זײַן מורא זאָל זײַן פֿאַר אײַער פּנים, אַז איר זאָלט נישט זינדיקן. 18 איז דאָס פֿאָלק געשטאַנען פֿון דער װײַטן, און משה האָט גענענט צו דעם נעבל {עֲרָפֶל}[4] װאָס דאָרטן איז געװען ג-ט. 19 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איר האָט געזען אַז פֿון הימל האָב איך גערעדט צו אײַך. 20 איר זאָלט נישט מאַכן לעבן מיר ג‑טער פֿון זילבער, און ג‑טער פֿון גאָלד זאָלט איר אײַך נישט מאַכן. 21 אַ מזבח פֿון ערד זאָלסטו מיר מאַכן, און שלאַכטן אױף אים דײַנע בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דײַנע פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, דײַנע שאָף און דײַנע רינדער; אין יעטװעדער אָרט װוּ איך װעל מאַכן דערמאָנען מײַן נאָמען, װעל איך קומען צו דיר, און װעל דיך בענטשן. 22און אױב אַ מזבח פֿון שטײנער װעסטו מיר מאַכן, זאָלסטו זײ נישט בױען געהאַקטע, װאָרעם דײַן האַקאײַזן האָסטו אױפֿגעהױבן דערױף, און האָסט עס פֿאַרשװעכט. 23 און זאָלסט נישט אַרױפֿגײן מיט טרעפּ אױף מײַן מזבח, כּדי זײַן נאַקעטקײט זאָל נישט אַנטפּלעקט װערן אױף אים.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRomans 13 →

1זאל יעדער איינער זיך אונטערטעניקן צו די העכערע ממשלות, ווארום עס איז נישטא קיין ממשלה, אחוץ פון ה׳, און די עקזיסטירנדיקע ממשלות זענען באשטימט געווארן פון ה׳. 2בכן, דער, וואס שטעלט זיך קעגן דער מאכט, דער שטעלט זיך אנטקעגן ה׳ס ארדנונג; און די מורדים, וועלן איבער זיך באקומען א משפט. 3ווארום די מושלים זענען נישט קיין שרעק פאר דעם, וואס טוט גוטס, נאר פאר דעם, וואס טוט שלעכטס. ווילסטו אבער נישט מורא האבן פאר דער מאכט? דאן טו דאס גוטע, און דו וועסט האבן פון איר א לויב; 4ווארום זי איז ה׳ס דינערין פאר דיינעטוועגן צום גוטן. ווען אבער דו טוסט דאס שלעכטע, דאן האב מורא; ווארום נישט אומזיסט טראגט זי די שווערד; ווארום זי איז ה׳ס דינערין אויסצופירן צארן (שטראף) אויף דעם, וואס טוט שלעכטס. 5דערפאר מוז מען זיך אונטערטעניקן, נישט נאר צוליב דעם צארן, נאר אויך צוליב דעם געוויסן. 6ווארום דערפאר צאלט איר אויך שטייערן, ווייל זיי (די מאכטהאבער) זענען ה׳ס משרתים און פארנעמען זיך מיט דער דאזיקער זאך. 7גיט אפ יעדן איינעם דאס, וואס איר זענט מחייב: שטייער, צו וועמען שטייער געהערט, צאל, צו וועמען צאל געהערט, מורא דעם, וועמען מורא געהערט, כבוד, צו וועמען כבוד געהערט.

8זייט קיינעם גארנישט שולדיק, אחוץ ליב צו האבן איינער דעם אנדערן; ווארום דער, וואס האט ליב דעם אנדערן, האט מקיים געווען די תורה. 9ווארום דו זאלסט נישט מזנה זיין, דו זאלסט נישט מארדן, דו זאלסט נישט גנבענען, דו זאלסט נישט גלוסטן (שמות כ, יג-יז.), און יעדעס אנדערע געבאט, זענען צוזאמענגעפאסט אין דעם דאזיקן ווארט: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) 10די ליבע טוט דעם נאנטן קיין שום שלעכטס נישט; דעריבער איז די ליבע די דערפילונג פון דער תורה.

11און דאס דאזיקע זאלט איר טאן, קענענדיק די צייט, אז די שעה איז שוין אנגעקומען, אויפצושטיין פון שלאף; ווארום איצט איז אונדזער ישועה נענטער, ווי ווען מיר האבן אנגעהויבן צו גלויבן. 12די נאכט איז פארגאנגען און דער טאג האט זיך דערנענטערט; לאמיר זשע אראפווארפן די מעשים פון דער פינצטערניש און אנטאן די כלי‑זין פונם ליכט. 13לאמיר גיין באשיידן, ווי בייטאג, נישט פרעסנדיק און זויפנדיק, נישט אין זנות און צעלאזנקייט, נישט אין מחלוקת און אין קנאה. 14נאר טוט אָן דעם האר יהושע/ישוע המשיח, און זעט, אז אייער זארגן פאר קערפער זאל נישט דערפירן צום באפרידיקן די תאוות.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Exodus 19Exodus 21 ►