AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Zephaniah 1
◄ Habakkuk 3
Zephaniah 1
צפַֿניָה 1
Zephaniah 2 ►

1דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס איז געװען צו צפַֿניָה דעם זון פֿון כּוּשי, דעם זון פֿון גדַליָה, דעם זון פֿון אַמַריָה, דעם זון פֿון חִזקִיָהן, אין די טעג פֿון יֹאשִיָהו דעם זון פֿון אָמוֹנען, דעם מלך פֿון יהוּדה.

2פֿאַרלענדן װעל איך פֿאַרלענדן אַלצדינג
פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד,
זאָגט ה׳.
3איך װעל פֿאַרלענדן מענטשן און בהמות,
איך װעל פֿאַרלענדן די פֿױגלען פֿון הימל,
און די פֿישן פֿון ים,
און די שטרױכלונגען אין אײנעם מיט די רשעים;
און איך װעל פֿאַרשנײַדן דעם מענטשן פֿון געזיכט פֿון דער ערד,
זאָגט ה׳.
4און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף יהוּדה,
און אױף אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם,
און איך װעל פֿאַרשנײַדן {כרת}[1] פֿון דעם דאָזיקן אָרט
דעם איבערבלײַב פֿון בַעַל,
דעם נאָמען פֿון די פּריסטער מיט די כּהנים;
5און די װאָס בוקן זיך אױף די דעכער
צו דעם חיל פֿון הימל,
און די װאָס אי זײ בוקן זיך און שװערן צו ה׳,
אי זײ שװערן בײַ מַלכָּם;
6און די װאָס טרעטן אָפּ פֿון הינטער ה׳,
און װאָס זוכן נישט ה׳,
און פֿרעגן זיך נישט אױף אים.
7שטיל פֿאַר אֲדֹנָי ה׳!
װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳,
װאָרעם ג-ט האָט אָנגעברײט אַ שלאַכטונג,
פֿאַרבעטן זײַנע גערופֿענע.
8און עס װעט זײַן אין דעם טאָג פֿון ה׳ס שלאַכטונג,
װעל איך זיך רעכענען מיט די האַרן,
און מיט דעם מלכס זין,
און מיט אַלע װאָס קלײדן זיך אין פֿרעמדלענדישע קלײדער.
9און איך װעל זיך רעכענען אין יענעם טאָג
מיט אַלע װאָס שפּרינגען איבערן שװעל,
װאָס פֿילן אָן דאָס הױז פֿון זײער האַר
מיט אומרעכט און באַטרוג.
10און אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳,
װעט זײַן אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון דעם פֿישטױער,
און אַ יללה פֿון צװײטן שטאָטפֿערטל,
און אַ גרױסער בראָך פֿון די בערג.
11יאָמערט, איר באַװױנער פֿון מַכתֵּש,
װאָרעם אומגעקומען איז דאָס גאַנצע האַנדלפֿאָלק,
פֿאַרשניטן געװאָרן אַלע אָנגעלאָדענע מיט זילבער.
12און עס װעט זײַן אין יענער צײַט,
װעל איך דורכזוכן ירושָלַיִם מיט ליכט,
און איך װעל זיך רעכענען מיט די לײַט
װאָס גליװערן אױף זײערע הײװן,
װאָס זאָגן אין זײער האַרצן:
נישט גוטס טאָן קען ה׳ און נישט שלעכטס טאָן.
13און זײער פֿאַרמעג װעט זײַן צו רױב,
און זײערע הײַזער צו װיסט;
און זײ װעלן בױען הײַזער, און נישט באַװױנען,
און פֿלאַנצען װײַנגערטנער, און נישט טרינקען זײער װײַן.
14נאָנט איז דער גרױסער טאָג פֿון ה׳,
נאָנט און געשװינט זײער;
האָרך! דער טאָג פֿון ה׳!
ביטער שרײַט דענצמאָל דער גיבור.
15אַ טאָג פֿון צאָרן איז יענער טאָג,
אַ טאָג פֿון נױט און קלעם,
אַ טאָג פֿון װיסטקײט און פֿאַרװיסטונג,
אַ טאָג פֿון חושך און פֿינצטערניש,
אַ טאָג פֿון װאָלקן און נעבל,
16אַ טאָג פֿון שופֿר און שאַלונג
אַקעגן די באַפֿעסטיקטע שטעט,
און אַקעגן די הױכע טורעמס.
17און איך װעל ענג מאַכן די מענטשן,
און זײ װעלן אומגײן װי בלינדע,
װײַל זײ האָבן צו ה׳ געזינדיקט;
און זײער בלוט װעט פֿאַרגאָסן װערן װי שטױב,
און זײער פֿלײש װי מיסט.
18אַפֿילו זײער זילבער, אַפֿילו זײער גאָלד,
װעט זײ נישט קענען מציל זײַן
אין טאָג פֿון ה׳ס צאָרן;
און אין דעם פֿײַער פֿון זײַן קִנְאָה
װעט פֿאַרצערט װערן די גאַנצע ערד,
װאָרעם אַ פֿאַרלענדונג אַזש אַ שרעקלעכע,
װעט ער מאַכן פֿון אַלע באַװױנער פֿון דער ערד.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Habakkuk 3Zephaniah 2 ►