1הערט דאָס דאָזיקע װאָרט װאָס ה׳ האָט גערעדט אױף אײַך, קינדער פֿון יִשׂרָאֵל – אױף דער גאַנצער משפּחה װאָס איך האָב אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן:
2נאָר אײַך האָב איך דערקענט
[1] פֿון אַלע משפּחות פֿון דער ערד,
דערום װעל איך זיך רעכענען מיט אײַך פֿאַר אַלע אײַערע זינד.
3גײען צװײ באַנאַנדער,
אַחוץ אַז זײ האָבן אָפּגערעדט?
4ברילט אַ לײב אין װאַלד, װוּ ער האָט נישט קײן רױב?
לאָזט אַ יונגלײב אַרױס זײַן קֹול פֿון זײַן נאָרע,
אַחוץ אַז ער האָט עפּעס געכאַפּט?
5פֿאַלט אַ פֿױגל אין פּאַסטקע אױף דער ערד,
װוּ זי האָט נישט קײן שטרױכלונג?
שפּרינגט-אױף אַ פּאַסטקע פֿון דער ערד,
װוּ כאַפּן זאָל זי נישט האָבן געכאַפּט?
6צי װערט אַ שופֿר געבלאָזן אין שטאָט,
און דאָס פֿאָלק זאָל נישט ציטערן?
צי געשעט אַן אומגליק אין שטאָט,
װוּ ה׳ האָט דאָס נישט געטאָן?
7פֿאַר װאָר, אֲדֹנָי ה׳ טוט נישט קײן זאַך,
סײַדן ער האָט אַנטפּלעקט זײַן סָוד
צו זײַנע קנעכט די נבֿיאים.
8אַ לײב האָט געברילט,
װער זאָל נישט מורא האָבן?
אֲדֹנָי ה׳ האָט גערעדט,
װער קען נישט נבֿיאות זאָגן?
9מאַכט הערן אױף די פּאַלאַצן אין אַשדוֹד,
און אױף די פּאַלאַצן אין לאַנד מִצרַיִם,
און זאָגט: זאַמלט אײַך אײַן אױף די בערג פֿון שוֹמרוֹן,
און זעט די גרױסע מהומות דערין,
און די דריקונגען אין איר מיט.
10װאָרעם זײ װײסן נישט צו טאָן רעכט, זאָגט ה׳,
זײ װאָס זאַמלען גזלה און רױב אין זײערע פּאַלאַצן.
11דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט:
אַ פֿײַנט, און רונד אַרום לאַנד!
און ער װעט נידערן פֿון דיר דײַן שטאַרקײט,
און דײַנע פּאַלאַצן װעלן צערױבט װערן.
12אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַזױ װי אַ פּאַסטוך איז מציל פֿון דעם לײבס מױל אַ פּאָר קני, אָדער אַ לעפּל פֿון אַן אױער, אַזױ װעלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זיצן אין שוֹמרוֹן, זיך מציל זײַן מיט אַ װינקל פֿון אַ שלאָפֿבאַנק, און מיט אַ פֿוס פֿון אַ בעט.
13הערט און װאָרנט דעם הױז פֿון יעקבֿ,
זאָג אֲדֹנָי ה׳, אלוקי צבָֿאוֹת.
14װאָרעם אין דעם טאָג װאָס איך רעכן זיך
פֿאַר די פֿאַרברעכן פֿון יִשׂרָאֵל מיט אים,
װעל איך זיך רעכענען פֿאַר די מזבחות פֿון בֵית-אֵל,
און די הערנער פֿון מזבח װעלן אָפּגעהאַקט װערן,
און װעלן אַנידערפֿאַלן צו דער ערד.
15און איך װעל שלאָגן דאָס װינטערהױז מיט דעם זומערהױז,
און די הײַזער פֿון עלפֿנבײן װעלן אונטערגײן,
און די גרױסע הײַזער װעלן פֿאַרלענדט װערן,
זאָגט ה׳.