AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Amos 6
◄ Amos 5
Amos 6
עָמוֹס 6
Amos 7 ►
1װײ, די רואיקע אין צִיוֹן,
און די זיכערע אױפֿן באַרג שוֹמרוֹן,
די באַרופֿענע פּער פֿון די פֿעלקער,
װאָס צו זײ קומט דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל!
2גײט אַריבער קײן כַּלנֵה, און זעט,
און גײט פֿון דאָרט קײן גרױס חַמָת,
און נידערט אין גַת פֿון די פּלִשתּים;
איז זײ בעסער פֿון די דאָזיקע קיניגרײַכן?
צי איז זײער געמאַרק גרעסער פֿון אײַער געמאַרק?
3איר װאָס שטױסט אָפּ דעם בײזן טאָג,
און רוקט צו דעם טראָן פֿון רױב!
4די װאָס ליגן אױף בעטן פֿון עלפֿנבײן,
און אױסגעצױגן אױף זײערע געלעגערס,
און עסן לעמער פֿון די שאָף,
און קעלבער פֿון שטאַל;
5די װאָס צימבלען אױף דער גיטאַר –
אַזױ װי דָוִד האָבן זײ זיך אױסגעטראַכט כּלֵי-זֶמֶר;
6די װאָס טרינקען אין שפּרענגבעקנס װײַן,
און מיט די בעסטע אײַלן זאַלבן זײ זיך,
און קימערן זיך נישט אום דעם בראָך פֿון יוֹסף.
7דערום װעלן זײ אַצונד פֿאַרטריבן װערן
פֿאַרױס פֿון אַלע פֿאַרטריבענע,
און אָפּגעטאָן װעט װערן דער ליאַרעם פֿון די אױסגעצױגענע.

8אֲדֹנָי ה׳ האָט געשװאָרן בײַ זיך אַלײן, זאָגט ה׳ אלוקי צבָֿאוֹת:

איך פֿאַראומװערדיק דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ,
און זײַנע פּאַלאַצן האָב איך פֿײַנט געקראָגן.
און איך װעל איבערענטפֿערן די שטאָט מיט איר פֿולקײט!

9און עס װעט זײַן, אױב עס װעלן איבערבלײַבן צען מענטשן אין אײן הױז, װעלן זײ שטאַרבן. 10און אַז עמיצנס פֿעטער, און דער װאָס דאַרף אים פֿאַרברענען, װעט אים אױפֿהײבן כּדי אַרױסצוטראָגן דאָס געבײן פֿון הױז, װעט ער זאָגן צו דעם װאָס אין װינקל פֿון הױז: איז נאָך װער דאָ מיט דיר? און אַז יענער װעט זאָגן: נײַן, נישטאָ; און ער װעט זאָגן: שאַ! װאָרעם מע טאָר נישט דאַכטן, בײַם נאָמען פֿון ה׳.

11װאָרעם זע, ה׳ באַפֿעלט,
און מע װעט צעהאַקן דאָס גרױסע הױז אין שטיקער,
און דאָס קלײנע הױז אױף שפּענדלעך.
12לױפֿן דען פֿערד איבער אַ פֿעלדז!
צי אַקערט מען אים מיט רינדער?
װאָס איר האָט פֿאַרקערט גערעכטיקײט אין ביטערקרױט,
און פֿרוכט פֿון רעכטפֿאַריקײט אין װערמוט;
13איר װאָס פֿרײט זיך אום גאָרנישט,
װאָס זאָגט: פֿאַר װאָר, מיט אונדזער שטאַרקײט
האָבן מיר זיך גענומען קַרְנַיִם {הערנער}.
14פֿאַר װאָר, זע, איך שטעל אָן אױף אײַך אַ פֿאָלק,
איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט ה׳, אלוקי צבָֿאוֹת,
און זײ װעלן אײַך דריקן פֿון װוּ מע קומט קײן חַמָת
ביז דעם טײַך פֿון דעם פּלױן.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Amos 5Amos 7 ►