1אַזױ האָט מיר אֲדֹנָי ה׳ געװיזן: ערשט אַ קאָרב זומעראױבס. 2און ער האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו, עָמוֹס? האָב איך געזאָגט: אַ קאָרב זומעראױבס. האָט ה׳ צו מיר געזאָגט:
געקומען איז דער סוף אױף מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל,
איך װעל אים מער װידער נישט פֿאַרגעבן.
3און יאָמערן װעלן די געזאַנגען פֿון פּאַלאַץ אין יענעם טאָג,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳;
פּגרים װעלן זײַן פֿיל,
אין יעטװעדער אָרט װעט זײַן אָנגעװאָרפֿן אַ שטילקײט.
4הערט דאָס צו, איר װאָס װילט אײַנשלינגען דעם אבֿיון,
און פֿאַרטיליקן די אָרימע פֿון לאַנד,
5אַזױ צו זאָגן: װען װעט אַריבער ראָש-חודש,
אַז מיר זאָלן פֿאַרקױפֿן תּבֿואה,
און שבת, אַז מיר זאָלן עפֿענען קאָרן,
צו פֿאַרקלענערן די אֵיפֿה, און צו פֿאַרגרעסערן דעם שֶקל,
און צו פֿאַרדרײען מיט פֿאַלשע װאָגשאָלן;
6כּדי צו קױפֿן פֿאַר געלט די אָרימע,
און דעם אבֿיון פֿאַר אַ פּאָר שיך,
און דעם אָפּפֿאַל פֿון קאָרן זאָלן מיר פֿאַרקױפֿן.
7ה׳ האָט געשװאָרן בײַ דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ:
אױב איך װעל אײביק פֿאַרגעסן אַלע זײערע מעשׂים!
8זאָל איבער דעם נישט ציטערן די ערד,
און טרױערן איטלעכער װאָס װױנט אױף איר?
יאָ, זי װעט זיך אױפֿהײבן אין גאַנצן װי דער טײַך,
און צערודערט װערן און זיך אַראָפּזעצן
װי דער טײַך פֿון מִצרַיִם.
9און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳,
װעל איך מאַכן אונטערגײן די זון אין מיטן טאָג,
און פֿינצטער מאַכן די ערד אין העלן טאָג.
10און איך װעל פֿאַרקערן אײַערע יוֹם-טובֿים אין טרױער,
און אַלע אײַערע געזאַנגען אין אַ קלאָג,
און איך װעל אַרױפֿברענגען אױף אַלע לענדן זאַק,
און אױף איטלעכן קאָפּ אַ פּליך,
און איך װעל עס מאַכן װי דער טרױער נאָך אַן אײנאײנציקן,
און איר סוף, װי אַ ביטערן טאָג.
11זע, טעג קומען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳,
און איך װעל שיקן אַ הונגער אין לאַנד,
נישט אַ הונגער נאָך ברױט, און נישט אַ דאָרשט נאָך װאַסער,
נײַערט צו הערן די װערטער פֿון ג-ט.
12און זײ װעלן װאָגלען פֿון ים צו ים,
און פֿון צָפֿוֹן ביז מזרח;
זײ װעלן אומװאַנדערן צו זוכן ה׳ס װאָרט,
און זײ װעלן נישט געפֿינען.
13אין יענעם טאָג װעלן חלשן די שײנע יונגפֿרױען
און די בחורים פֿון דאָרשט.
14די װאָס שװערן בײַ דער זינד פֿון שוֹמרוֹן,
און זאָגן: אַזױ װי עס לעבט דײַן ג-ט, דָן!
און: אַזױ װי עס לעבט דער װעג באֵר-שֶבַֿע!
און זײ װעלן פֿאַלן, און װעלן מער נישט אױפֿשטײן.