AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Micah 3
◄ Micah 2
Micah 3
מִיכָה 3
Micah 4 ►
1און איך האָב געזאָגט:
הערט אַקאָרשט צו, איר קעפּ פֿון יעקבֿ,
און האַרן פֿון הױז פֿון יִשׂרָאֵל;
ליגט נישט אױף אײַך צו װיסן גערעכטיקײט?
2איר װאָס האָט פֿײַנט גוטס און האָט ליב שלעכטס,
װאָס גזלט זײער הױט פֿון זײ,
און זײער פֿלײש פֿון זײערע בײנער;
3און װאָס האָט געגעסן דאָס פֿלײש פֿון מײַן פֿאָלק,
און זײער הױט פֿון זײ אָפּגעשונדן,
און זײערע בײנער צעבראָכן,
און צעהאַקט אַזױ װי אין אַ טאָפּ,
און װי פֿלײש אין אַ קעסל.
4דערום װעלן זײ שרײַען צו ה׳,
און ער װעט זײ נישט ענטפֿערן;
און ער װעט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים פֿון זײ אין יענער צײַט,
אַזױ װי זײ האָבן שלעכטס געטאָן אין זײערע מעשׂים.
5אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף די נבֿיאים װאָס פֿאַרפֿירן {תּעה}[1] מײַן פֿאָלק,
װאָס שרײַען: שלום! װען זײערע צײן האָבן צו בײַסן,
און דער װאָס גיט זײ נישט אין מױל
ברײטן זײ אָן אױף אים אַ מלחמה.
6דערום װעט אײַך זײַן נאַכט, אָן אַ זעונג,
און אײַך װעט זײַן פֿינצטער, אָן װאָרזאָגן,
און אונטערגײן װעט די זון אױף די נבֿיאים,
און שװאַרץ װערן װעט דער טאָג אױף זײ.
7און די זעער װעלן זײַן צו שאַנד,
און די װאָרזאָגער װעלן זיך שעמען,
און זײ װעלן אַלע פֿאַרדעקן זײערע אױבערשטע ליפּ,
װײַל קײן ענטפֿער פֿון אלֹקים װעט נישט זײַן.
8אָבער פֿאַר װאָר, איך בין פֿול
מיט כּוֹח דורך דעם גײַסט פֿון ה׳ {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ},
און מיט גערעכטיקײט און גבֿורה,
צו זאָגן יעקבֿן זײַן פֿאַרברעך,
און יִשׂרָאֵלן זײַן זינד.
9הערט דאָס צו אַקאָרשט, איר קעפּ פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ,
און האַרן פֿון הױז פֿון יִשׂרָאֵל,
װאָס פֿאַראומװערדיקט גערעכטיקײט,
און פֿאַרדרײט אַלץ װאָס איז גלײַך;
10מע בױט צִיוֹן מיט בלוט,
און ירושָלַיִם מיט אומרעכט.
11אירע קעפּ משפּטן פֿאַר שוחד,
און אירע כּהנים לערנען פֿאַר געצאָלט,
און אירע נבֿיאים װאָרזאָגן פֿאַר געלט.
און זײ לענען זיך אױף ה׳, אַזױ צו זאָגן:
פֿאַר װאָר, ה׳ איז צװישן אונדז,
אױף אונדז װעט נישט קומען קײן בײז.
12דערום װעט איבער אײַך צִיוֹן װי אַ פֿעלד צעאַקערט װערן,
און ירושָלַיִם װעט װערן הױפֿנס,
און דער באַרג פֿון ה׳ס הױז – װאַלדיקע הײכן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteTitus 1 →

1פוילוס, א קנעכט פון ה׳ און א שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אמונה פון די אויסדערוויילטע פון ה׳, און דער דערקענטעניש פונם אמת, וואס איז לויט יראת שמים, 2אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן, 3און אין דער געהעריקער צייט אנטפלעקט זיין ווארט אין דעם אויסרופן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן לויט א געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער— 4צו טיטוסן, מיין ווארהאפטיקן זון לויט אונדזער געמיינזאמער אמונה: חסד און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און משיח יהושע/ישוע אונדזער רעטער.

5דערפאר האב איך דיך איבערגעלאזט אין קרעטא, כדי דו זאלסט ברענגען אין ארדנונג, וואס עס פעלט נאך, און באשטימען זקנים אין יעדער שטאט, ווי איך האב דיר באפוילן; 6אויב איינער איז אָן א פעלער, דער מאן פון איין ווייב, האט גלויביקע קינדער, וועמען מען באשולדיקט נישט אין צעלאזנקייט, אדער אומגעהארכזאמקייט. 7ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין; 8נאר א מכניס אורח, וואס האט ליב גוטס, מיט שליטה איבער זיך, א צדיק, א קדוש, 9וואס האלט זיך ביים באגלויבטן ווארט לויט דער לערנונג, כדי ער זאל זיין אימשטאנד סאי מזהיר צו זיין אין דער געזונטער לערנונג, סאי צו רעדן שטראפרייד צו די קעגנער.

10ווארום עס זענען פאראן א סך ווידערשפעניקע, פלאפלער און באטריגער, מערסטנס די פון די געמלטע, 11וועמען מען דארף פארשטאפן דאס מויל; וועלכע קערן איבער גאנצע הייזער און לערנען וואס טויג נישט צוליב שענדלעכן געווין. 12איינער פון זיי, זייער אייגענער נביא, האט געזאגט: די קרעטער זענען תמיד ליגנער, חיות רעות, פוילע פרעסערס. 13דאס דאזיקע עדות זאגן איז אמת. צוליב דער סיבה זאלסטו זיי שארף זאגן מוסר, כדי זיי זאלן זיין געזונט אין דער אמונה, 14און זיך נישט האלטן צו יידישע לעגענדעס און מצוות פון מענטשן, וועלכע קערן אפ פון דעם אמת. 15פאר די ריינע (מענטשן) איז אלץ טהור; פאר די אבער, וועלכע זענען טמא און אומגלויביק איז קיין זאך נישט טהור; נאר זייער פארשטאנד און געוויסן איז טמא. 16זיי זאגן, אז זיי קענען ה׳, פארלייקענען אים אבער מיט זייערע מעשים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפעניקע און וואס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Micah 2Micah 4 ►