AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 22
◄ Ezekiel 21
Ezekiel 22
יחֶזקֵאל 22
Ezekiel 23 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2און דו מענטשנקינד, װילסטו משפּטן, װילסטו משפּטן די בלוטיקע שטאָט? טאָ לאָז זי װיסן אַלע אירע אומװערדיקײטן. 3און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דו שטאָט װאָס פֿאַרגיסט בלוט אין איר מיט, כּדי איר צײַט זאָל קומען, און מאַכט בײַ זיך אָפּגעטער, אומרײן צו װערן, 4מיט דײַן בלוט װאָס דו האָסט פֿאַרגאָסן, האָסטו זיך פֿאַרשולדיקט, און מיט די אָפּגעטער װאָס דו האָסט געמאַכט, ביסטו אומרײן געװאָרן, און האָסט דערנענטערט דײַנע טעג, און ביסט געקומען צו דײַנע יאָרן; דערום האָב איך דיך געגעבן צו שאַנד בײַ די פֿעלקער, און צו שפּאָט בײַ אַלע לענדער. 5נאָנטע און װײַטע פֿון דיר װעלן שפּאָטן פֿון דיר, דו מיטן אומרײנעם נאָמען, דו פֿילטומלדיקע.

6זע, די פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל, איטלעכער לױט זײַן אָרעם, זײַנען אין דיר געװען כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן. 7פֿאָטער און מוטער האָט מען גרינגגעשאַצט אין דיר, קעגן פֿרעמדן האָט מען זיך באַגאַנגען מיט רױב אין דײַן מיט, אַ יתום און אַן אַלמנה האָט מען געקריװדעט אין דיר. 8מײַנע הײליקײטן האָסטו פֿאַראַכט {בזה}[1], און מײַנע שבֿטים האָסטו פֿאַרשװעכט. 9רכילות-טרײַבער זײַנען געװען אין דיר כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן; און אױף די בערג האָט מען געגעסן בײַ דיר: שענדלעכקײט האָט מען געטאָן אין דײַן מיט. 10דעם פֿאָטערס שאַנד האָט מען אַנטפּלעקט אין דיר, אַן אומרײנע אין איר אָפּזונדערונג האָט מען געשענדט אין דיר. 11און איטלעכער מיט זײַן חבֿרס װײַב האָט אומװערדיקײט באַגאַנגען, און איטלעכער האָט זײַן שנור פֿאַראומרײניקט, מיט שענדלעכקײט, און איטלעכער האָט זײַן שװעסטער, די טאָכטער פֿון זײַן פֿאָטער, געשענדט אין דיר. 12שוחד האָט מען גענומען אין דיר כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן, צינדזן און מערונג האָסטו גענומען, און באַריסן דײַנע חבֿרים דורך רױב, און אָן מיר האָסטו פֿאַרגעסן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

13דערום זע איך האָב געקלאַפּט מײַן האַנט װעגן דײַן אומערלעכן געװין װאָס דו האָסט געמאַכט, און אױף דײַן בלוטיקײט װאָס איז אין דיר געװען. 14װעט דײַן האַרץ באַשטײן, צי װעלן דײַנע הענט שטאַרק זײַן, אין די טעג װאָס איך רעכן זיך מיט דיר? איך ה׳ האָב גערעדט, און װעל טאָן. 15און איך װעל דיך צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער, און װעל דיך צעװאַרפֿן אין די לענדער, און איך װעל פֿאַרלענדן דײַן אומרײנקײט פֿון דיר. 16און װעסט פֿאַרשװעכט װערן דורך זיך אַלײן פֿאַר די אױגן פֿון די פֿעלקער, און װעסט װיסן אַז איך בין ה׳.

17און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 18מענטשנקינד, דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען מיר געװאָרן צו פּסולת, זײ אַלע זײַנען קופּער און צין און אײַזן און בלײַ אין דעם שמעלצאױװן; פּסולת פֿון זילבער זײַנען זײ. 19דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: װײַל איר זײַט אַלע צו פּסולת געװאָרן, דערום זעט, איך זאַמל אײַך אײַן אין ירושָלַיִם. 20אַזױ װי מע זאַמלט אײַן זילבער און קופּער און אײַזן און בלײַ און צין אין אַ שמעלצאױװן, צו בלאָזן דערױף פֿײַער, כּדי צו צעשמעלצן, אַזױ װעל איך אײַך אײַנזאַמלען אין מײַן כּעס און אין מײַן גרימצאָרן, און װעל אײַך אַרײַנלײגן און צעשמעלצן. 21יאָ, איך װעל אײַך צונױפֿקלײַבן, און װעל בלאָזן אױף אײַך מיט דעם פֿײַער פֿון מײַן צאָרן, און איר װעט צעשמאָלצן װערן דרינען. 22אַזױ װי זילבער װערט צעשמאָלצן אין אַ שמעלצאױװן, אַזױ װעט איר צעשמאָלצן װערן דרינען; און איר װעט װיסן אַז איך ה׳ האָב אױסגעגאָסן מײַן גרימצאָרן אױף אײַך.

23און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 24מענטשנקינד, זאָג צו איר: ביסט אַ לאַנד װאָס איז נישט גערײניקט, נישט באַרעגנט געװאָרן אין טאָג פֿון צאָרן. 25דער בונט פֿון אירע נבֿיאים אין איר מיט איז װי אַ ברומיקער לײב װאָס פֿאַרצוקט רױב; נפֿשות האָבן זײ פֿאַרצערט, שאַצן און טײַערע זאַכן נעמען זײ צו, אירע אַלמנות האָבן זײ געמערט אין איר. 26אירע כּהנים האָבן פֿאַרבראָכן קעגן מײַן תּורה, און פֿאַרשװעכט מײַנע הײליקײטן; צװישן הײליק און אומהײליק האָבן זײ נישט אָפּגעשײדט, און צװישן רײן און אומרײן האָבן זײ נישט צו װיסן געטאָן, און פֿון מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרהױלן זײערע אױגן, און איך בין פֿאַרשװעכט געװאָרן צװישן זײ. 27אירע האַרן צװישן איר זײַנען װי װעלף װאָס פֿאַרצוקן רױב; צו פֿאַרגיסן בלוט, אומצוברענגען נפֿשות כּדי צו געװינען געװין. 28און אירע נבֿיאים האָבן זײ אָנגעשמירט טינק; זײ זעען פֿאַלשקײט און װאָרזאָגן זײ ליגן. זײ זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳, װען ה׳ האָט נישט גערעדט. 29דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געדריקט מיט געװאַלט, און געגזלט גזלה, און דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון האָבן זײ געקריװדעט, און דעם פֿרעמדן האָבן זײ געדריקט מיט אומרעכט. 30און איך האָב געזוכט צװישן זײ אַ מאַן װאָס זאָל אַרומצאַמען אַ צאַם, און זיך שטעלן פֿאַר מיר אין דעם בראָך פֿאַרן לאַנד, אַז איך זאָל עס נישט אומברענגען; אָבער איך האָב נישט געפֿונען. 31דערום האָב איך אױסגעגאָסן אױף זײ מײַן צאָרן; מיט דעם פֿײַער פֿון מײַן גרימצאָרן האָב איך זײ פֿאַרלענדט: זײער װעג האָב איך פֿאַרגאָלטן אױף זײער קאָפּ, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 21Ezekiel 23 ►