AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 7
◄ Ezekiel 6
Ezekiel 7
יחֶזקֵאל 7
Ezekiel 8 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2און דו מענטשנקינד, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אַ סוף צו דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל! געקומען אַ סוף אױף די פֿיר עקן פֿון לאַנד. 3אַצונד איז אַ סוף אױף דיר, און איך װעל אָנשיקן מײַן צאָרן אױף דיר, און װעל דיך משפּטן לױט דײַנע װעגן, און פֿאַרגעלטן אױף דיר אַלע דײַנע אומװערדיקײטן. 4און מײַן אױג װעט דיך נישט שױנען, און איך װעל נישט דערבאַרעמען; נײַערט דײַנע װעגן װעל איך פֿאַרגעלטן אױף דיר, און דײַנע אומװערדיקײטן װעלן אין דײַן מיט בלײַבן; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.

5אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אַן אומגליק, אַ באַזונדער אומגליק אָט קומט! 6אַ סוף איז געקומען, געקומען דער סוף, ער האָט זיך דערװעקט אױף דיר; אָט קומט עס! 7געקומען איז די גורל צו דיר, באַװױנער פֿון לאַנד; געקומען די צײַט, נאָנט איז דער טאָג פֿון מהומה, און אױס דער געהילך פֿון די בערג. 8אַצונד באַלד װעל איך אױסגיסן מײַן גרימצאָרן אױף דיר, און אױסלאָזן אױף דיר מײַן כּעס, און דיך משפּטן לױט דײַנע װעגן, און פֿאַרגעלטן אױף דיר אַלע דײַנע אומװערדיקײטן. 9און מײַן אױג װעט נישט שױנען, און איך װעל נישט דערבאַרעמען; לױט דײַנע װעגן װעל איך פֿאַרגעלטן אױף דיר, און דײַנע אומװערדיקײטן װעלן אין דײַן מיט בלײַבן; און איר װעט װיסן אַז איך ה׳ טו שלאָגן.

10אָט איז דער טאָג, אָט קומט עס! אױסגעפֿאַלן איז די גורל, געשפּראָצט האָט דער שטעקן, געבליט האָט די מוטװיליקײט. 11אומרעכט איז אױסגעװאַקסן אין אַ שטעקן פֿון שלעכטיקײט; נישט פֿון זײ קומט אַרױס, און נישט פֿון זײער געזעמל, און נישט פֿון זײער געטומל; און נישטאָ קײן געהױבנקײט אין זײ. 12געקומען איז די צײַט, דערגרײכט האָט דער טאָג; דער קױפֿער זאָל זיך נישט פֿרײען, און דער פֿאַרקױפֿער זאָל נישט טרױערן, װאָרעם אַ גרימצאָרן איז אױף איר גאַנצן געזעמל. 13װאָרעם דער פֿאַרקױפֿער װעט צום פֿאַרקױפֿטן אין זײַן לעבנס לעבן זיך נישט אומקערן; װײַל אַ זעונג איז אױף איר גאַנצן געזעמל, עס זאָל זיך נישט אומקערן; און פֿון װעגן זײַן זינד אין זײַן לעבן װעט זיך קײנער נישט דערהאַלטן.

14געבלאָזן דעם האָרן, און אָנגעברײט אַלצדינג, און נישטאָ װער זאָל גײן אױף מלחמה; װאָרעם מײַן גרימצאָרן איז אױף איר גאַנצן געזעמל. 15דערױסן די שװערד, און אינעװײניק די פּעסט און דער הונגער; דער װאָס אין פֿעלד װעט דורכן שװערד שטאַרבן, און דער װאָס אין שטאָט, װעט אים הונגער און פּעסט אױפֿעסן. 16און זײערע אַנטרונענע װעלן אַנטרינען, און װעלן זײַן אױף די בערג, װי טױבן פֿון די טאָלן, װאָס אַלע טוען זײ ברומען; איטלעכער פֿון װעגן זײַן זינד. 17אַלע הענט װעלן שלאַף װערן, און אַלע קני װעלן רינען מיט װאַסער. 18און זײ װעלן אָנגורטן זאַקקלײדער, און אַ שױדער װעט זײ באַדעקן, און אױף אַלע פּנימער װעט זײַן אַ בושה, און אױף אַלע זײערע קעפּ אַ פּליך. 19זײער זילבער װעלן זײ אױף די גאַסן אַרױסװאַרפֿן, און זײער גאָלד װעט אַן אומרײניקײט װערן, זײער זילבער און זײער גאָלד װעט זײ נישט קענען מציל זײַן אין טאָג פֿון ה׳ס גרימצאָרן; זײער לײַב װעלן זײ נישט אָנזעטן און זײערע אינגעװײד װעלן זײ נישט אָנפֿילן; װאָרעם די שטרױכלונג צו זײער זינד איז דאָס געװען, 20און זײער שײנע צירונג װאָס זײ האָבן פֿאַר אַ שטאָלץ געמאַכט; און בילדער פֿון זײערע מיאוסע אומװערדיקײטן האָבן זײ דערפֿון אױסגעאַרבעט; דערום מאַך איך עס זײ פֿאַר אַן אומרײניקײט. 21און איך װעל עס געבן אין דער האַנט פֿון פֿרעמדע צו רױב, און צו די שלעכטע פֿון דער ערד צו פֿאַנג, און זײ װעלן עס פֿאַרשװעכן. 22און איך װעל אָפּדרײען מײַן פּנים פֿון זײ, און מע װעט פֿאַרשװעכן מײַן פֿאַרבאָרגעניש; יאָ, אײַנברעכער װעלן קומען אין איר, און װעלן זי פֿאַרשװעכן.

23גרײט צו די קײטן, װאָרעם דאָס לאַנד איז פֿול מיט בלוטשולד, און די שטאָט איז פֿול מיט אומרעכט. 24און איך װעל ברענגען די ערגסטע פֿון די פֿעלקער, און זײ װעלן יַרשען זײערע הײַזער; און איך װעל פֿאַרשטערן דעם שטאָלץ פֿון די שטאַרקע; און פֿאַרשװעכט װערן װעלן זײערע הײליקטומען. 25אַ שױדערניש קומט, און זײ װעלן זוכן שלום, און עס װעט נישט זײַן. 26אַ בראָך אױף אַ בראָך װעט קומען, און אַ הערונג נאָך אַ הערונג װעט זײַן; און זײ װעלן זוכן אַ זעונג פֿון נבֿיא, און די תּורה װעט פֿאַרלאָרן װערן פֿון כּהן, און אַן עצה פֿון די זקנים. 27דער מלך װעט טרױערן, און דער פֿירשט װעט זיך אָנקלײדן מיט װיסטקײט, און די הענט פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד װעלן צעטומלט װערן; לױט זײער װעג װעל איך טאָן מיט זײ, און מיט זײערע משפּטים װעל איך זײ משפּטן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 6Ezekiel 8 ►