AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 6
◄ Ezekiel 5
Ezekiel 6
יחֶזקֵאל 6
Ezekiel 7 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו די בערג פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָג נבֿיאות צו זײ, 3און זאָלסט זאָגן: איר בערג פֿון יִשׂרָאֵל, הערט דאָס װאָרט פֿון אֲדֹנָי ה׳: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ צו די בערג און צו די הײכן, צו די גראָבנס און צו די טאָלן: זעט, איך ברענג אױף אײַך אַ שװערד, און װעל אונטערברענגען אײַערע בָמות. 4און פֿאַרװיסט װערן װעלן אײַערע מזבחות, און צעבראָכן װערן װעלן אײַערע זונזײַלן; און איך װעל מאַכן פֿאַלן אײַערע דערשלאָגענע פֿאַר אײַערע אָפּגעטער. 5און איך װעל אַהינטאָן די פּגָרים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר זײערע אָפּגעטער, און איך װעל צעשפּרײטן אײַערע בײנער רונד אַרום אײַערע מזבחות. 6אין אַלע אײַערע װױנערטער װעלן די שטעט חרובֿ װערן, און די בָמות װעלן פֿאַרװיסט װערן; כּדי חרובֿ און װיסט װערן זאָלן אײַערע מזבחות, און צעבראָכן און צעשטערט װערן זאָלן אײַערע אָפּגעטער, און אָפּגעהאַקט װערן זאָלן אײַערע זונזײַלן, און אױסגעמעקט װערן זאָלן אײַערע װערק. 7און פֿאַלן װעלן דערשלאָגענע צװישן אײַך, און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.

8אָבער איך װעל לאָזן אַן איבערבלײַב: אַז איר זאָלט האָבן אַנטרונענע פֿון שװערד צװישן די פֿעלקער, װען איר װערט צעשפּרײט אין די לענדער. 9און אײַערע אַנטרונענע װעלן מיך דערמאָנען צװישן די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען געפֿאַנגען געװאָרן אַהין, װי אַזױ איך בין געװען צעבראָכן פֿון װעגן זײער פֿאַרפֿירטן האַרצן װאָס האָט זיך אָפּגעקערט פֿון מיר, און פֿון װעגן זײערע אױגן װאָס זײַנען געװען פֿאַרפֿירט נאָך זײערע אָפּגעטער; און זײ װעלן זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײן, װעגן די בײזן װאָס זײ האָבן געטאָן בײַ אַלע זײערע אומװערדיקײטן. 10און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳; נישט אומזיסט האָב איך גערעדט זײ צו טאָן דאָס דאָזיקע בײז.

11אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: פּאַטש מיט דײַן האַנט, און קלאַפּ מיט דײַן פֿוס, און זאָג: װײ אױף אַלע בײזע אומװערדיקײטן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; װאָרעם פֿון שװערד, פֿון הונגער, און פֿון פּעסט, װעלן זײ פֿאַלן. 12דער װײַטער װעט פֿון פּעסט שטאַרבן, און דער נאָנטער װעט פֿון שװערד פֿאַלן, און דער געבליבענער און באַלעגערטער װעט פֿון הונגער שטאַרבן: און איך װעל אױסלאָזן מײַן גרימצאָרן אױף זײ. 13און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳, װען זײערע דערשלאָגענע װעלן זײַן צװישן זײערע אָפּגעטער רונד אַרום זײערע מזבחות, אױף יעטװעדער הױכן בערגל, אױף אַלע שפּיצן בערג, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם, און אונטער יעטװעדער געדיכטן אײכנבױם, אין דעם אָרט װאָס זײ האָבן דאָרטן געגעבן אַ געשמאַקן רֵיח צו אַלע זײערע אָפּגעטער. 14און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף זײ, און װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש מער פֿון מדבר דִבֿלָה, אין אַלע זײערע װױנערטער; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 5Ezekiel 7 ►