1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2מענטשנקינד, עס זײַנען געװען צװײ פֿרױען, טעכטער פֿון אײן מוטער. 3און זײ האָבן מזנה געװען אין מִצרַיִם; אין זײער יוגנט האָבן זײ מזנה געװען; דאָרטן זײַנען זײערע בוזעמס געדריקט געװאָרן, און דאָרטן האָט מען געקװעטשט זײערע מײדלשע בריסט.
4און זײערע נעמען זײַנען געװען: די גרעסערע – אָהלָה, און איר שװעסטער – אָהליבֿה. און זײ זײַנען געװאָרן מײַנע, און האָבן געבאָרן זין און טעכטער. און זײערע נעמען: שוֹמרוֹן איז אָהלָה, און ירושָלַיִם איז אָהליבֿה.
5און אָהלָה האָט מזנה געװען הינטער מיר, און האָט געגלוסט צו אירע ליבהאָבער, צו די אַשורים, 6קריגסלײַט אָנגעטאָן אין בלאָען, דוכּסים און פֿירשטן, שײנע יונגען אַלע, ריטער װאָס רײַטן אױף פֿערד. 7און זי האָט אַװעקגעגעבן איר זנות אױף זײ, געקליבענע זין פֿון אשור אַלע; און אַלע צו װעמען זי האָט געגלוסט, האָט זי זיך פֿאַראומרײניקט מיט אַלע זײערע אָפּגעטער. 8און איר זנות מיט מִצרַיִם האָט זי נישט פֿאַרלאָזן, װאָרעם זײ זײַנען מיט איר געלעגן אין איר יוגנט, און זײ האָבן געדריקט אירע מײדלשע בריסט, און אױסגעגאָסן זײער זנות אױף איר. 9דערום האָב איך זי איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון אירע ליבהאָבער, אין דער האַנט פֿון די זין פֿון אשור, װאָס זי האָט צו זײ געגלוסט. 10זײ האָבן אַנטפּלעקט איר שאַנד; אירע זין און אירע טעכטער האָבן זײ צוגענומען, און זי האָבן זײ מיטן שװערד געטײט; און זי איז געװאָרן אַ צונעמעניש בײַ װײַבער. אַזױ האָט מען געטאָן אַ משפּט אױף איר.
11און איר שװעסטער אָהליבֿה האָט דאָס געזען, אָבער זי איז געװען פֿאַרדאָרבענער אין איר געלוסט פֿון יענער, און אין איר זנות מער פֿון דער זנות פֿון איר שװעסטער. 12צו די זין פֿון אשור האָט זי געגלוסט, דוכּסים און פֿירשטן, קריגסלײַט אָנגעטאָן פּראַכטיק, ריטער װאָס רײַטן אױף פֿערד, שײנע יונגען אַלע. 13און איך האָב געזען אַז זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן – אײן װעג בײַ זײ בײדן. 14און זי האָט נאָך געמערט איר זנות, װאָרעם זי האָט געזען מענער אױסגעקריצט אױף דער װאַנט, בילדער פֿון כַּשׂדים געצײכנט מיט רױטער פֿאַרב 15אָנגעגורט מיט גאַרטלען אױף זײערע לענדן, מיט אַראָפּגעהאַנגענע טורבאַנען אױף זײערע קעפּ, מיטן אױסזען פֿון עלטסטע אַלע – די געשטאַלט פֿון די זין פֿון בָבֿל, װאָס כַּשׂדים איז דאָס לאַנד פֿון זײער געבורט. 16און זי האָט צו זײ געגלוסט, װי אירע אױגן האָבן זײ דערזען, און זי האָט געשיקט שלוחים צו זײ קײן כַּשׂדים. 17און די זין פֿון בָבֿל זײַנען צו איר געקומען צום ליבשאַפֿטגעלעגער, און זײ האָבן זי פֿאַראומרײניקט מיט זײער זנות; און זי איז אומרײן געװאָרן פֿון זײ, ביז איר זעל האָט זיך אָפּגעעקלט פֿון זײ. 18און אַז זי האָט אַנטפּלעקט איר זנות און אַנטפּלעקט איר שאַנד, האָט מײַן זעל זיך אָפּגעעקלט פֿון איר, אַזױ װי מײַן זעל האָט זיך אָפּגעעקלט פֿון איר שװעסטער. 19און זי האָט נאָך געמערט איר זנות, זיך צו דערמאָנען אָן די טעג פֿון איר יוגנט, װען זי האָט מזנה געװען אין לאַנד מִצרַיִם. 20און זי האָט געגלוסט צו זײערע קעפּסמענער, װאָס פֿלײש פֿון אײזלען איז זײער פֿלײש, און אױסגאָס פֿון פֿערד איז זײער אױסגאָס. 21און דו האָסט געבענקט נאָך דער שענדלעכקײט פֿון דײַן יוגנט, װען מע האָט געדריקט אין מִצרַיִם דײַנע בריסט פֿון װעגן דײַן יונגן בוזעם.
22דערום, אָהליבֿה, האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך דערװעק אױף דיר דײַנע ליבהאָבער, די װאָס דײַן זעל האָט זיך אָפּגעעקלט פֿון זײ, און איך װעל זײ ברענגען אױף דיר פֿון רונד אַרום: 23די זין פֿון בָבֿל, און אַלע כַּשׂדים, פּקוד און שוֹעַ און קוֹעַ, אַלע זין פֿון אשור מיט זײ, שײנע יונגען, דוכּסים און פֿירשטן אַלע, עלטסטע און באַרופֿענע, רײַטער אױף פֿערד אַלע. 24און זײ װעלן קומען אױף דיר אין אַ מחנה, מיט רײַטװעגן און רעדער, און מיט אַ געזעמל פֿעלקער; מיט שילד און שילד און קיװער װעלן זײ זיך אױסשטעלן קעגן דיר רונד אַרום; און איך װעל איבערגעבן פֿאַר זײ דעם משפּט, און זײ װעלן דיך משפּטן מיט זײערע משפּטים. 25און איך װעל אָנטאָן אָן דיר מײַן קִנְאָה, און זײ װעלן זיך באַגײן קעגן דיר מיט גרימצאָרן; דײַן נאָז און דײַנע אױערן װעלן זײ אָפּשנײַדן, און דײַן איבערבלײַב װעט דורכן שװערד פֿאַלן; דײַנע זין און דײַנע טעכטער װעלן זײ אַװעקנעמען, און דײַן איבערבלײַב װעט פֿאַרצערט װערן אין פֿײַער. 26און זײ װעלן דיר אױסטאָן דײַנע קלײדער, און צונעמען דײַנע שײנע זאַכן. 27און איך װעל פֿאַרשטערן פֿון דיר דײַן שענדלעכקײט, און דײַן זנות פֿון לאַנד מִצרַיִם אָן, און װעסט נישט אױפֿהײבן דײַנע אױגן צו זײ, און מִצרַיִם װעסטו מער נישט דערמאָנען.
28װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך גיב דיר אין דער האַנט פֿון די װאָס דו האָסט פֿײַנט, אין דער האַנט פֿון די װאָס דײַן זעל האָט זיך אָפּגעעקלט פֿון זײ. 29און זײ װעלן זיך באַגײן קעגן דיר מיט שׂינאה, און װעלן צונעמען דײַן גאַנצע מי, און װעלן דיך איבערלאָזן נאַקעט און הױל; און אַנטפּלעקט װערן װעט דײַן זונהשע נאַקעטקײט, און דײַן שענדלעכקײט, און דײַן זנות. 30דאָס װעט מען טאָן צו דיר, פֿאַר דײַן נאָכלױפֿן נאָך די פֿעלקער, און װײַל דו האָסט זיך פֿאַראומרײניקט מיט זײערע אָפּגעטער. 31אין דעם װעג פֿון דײַן שװעסטער ביסטו געגאַנגען, דערום װעל איך געבן איר כָּוס אין דײַן האַנט.
32אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
װאָרעם איך האָב גערעדט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 35פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל דו האָסט פֿאַרגעסן אָן מיר, און מיך אַװעקגעװאָרפֿן הינטער דײַן רוקן, דערום טראָג דו אױך דײַן שענדלעכקײט און דײַן זנות.
36און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, װילסטו משפּטן אָהלָה און אָהליבֿה? טאָ דערצײל זײ זײערע אומװערדיקײטן. 37אַז זײ האָבן מזנה געװען, און בלוט איז אױף זײערע הענט, און מיט זײערע אָפּגעטער האָבן זײ מזנה געװען, און אַפֿילו זײערע קינדער װאָס זײ האָבן מיר געבאָרן, האָבן זײ איבערגעגעבן צו זײ פֿאַר אַ שפּײַז. 38נאָך דאָס האָבן זײ געטאָן צו מיר: זײ האָבן פֿאַראומרײניקט מײַן מִקדָש אין דעם אײגענעם טאָג, און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט. 39און אַז זײ האָבן געשאָכטן זײערע קינדער צו זײערע אָפּגעטער, זײַנען זײ געקומען אין מײַן מִקדָש אין דעם אײגענעם טאָג עס צו פֿאַרשװעכן; יאָ, אָט אַזױ האָבן זײ געטאָן אין מײַן הױז. 40און איר האָט אױך געשיקט נאָך מענער װאָס זײַנען געקומען פֿון דער װײַט, װאָס װי אַ שליח איז צו זײ געשיקט געװאָרן, אַזױ זײַנען זײ געקומען; די פֿאַר װעמען דו האָסט זיך געװאַשן, געפֿאַרבט דײַנע אױגן, און זיך אָנגעצירט מיט צירונג. 41און ביסט געזעסן אױף אַ פּראַכטיקן בעט, מיט אַ געגרײטן טיש דערבײַ, און מײַן װײַרעך און מײַן אײל האָסטו אַרױפֿגעשטעלט דערױף. 42און דער קֹול פֿון אַ צופֿרידענעם געזעמל איז געװען בײַ איר; און צו די מענטשן פֿון גרױסן עולם זײַנען נאָך געבראַכט געװאָרן די סבֿאער פֿון דער מדבר, און זײ האָבן אָנגעטאָן אָרעמבענדער אױף זײערע הענט, און אַ שײנע קרױן אױף זײערע קעפּ.
43האָב איך געזאָגט אױף דער אַלט געװאָרענער אין ניאוף: טרײַבט מען נאָך איצט אױך זנות מיט איר? זאָל זי מיט זײ און זײ מיט איר? 44װאָרעם מע איז געקומען צו איר אַזױ װי מע קומט צו אַ פֿרױ אַ זוֹנה; אַזױ איז מען געקומען צו אָהלָה און אָהליבֿה די שענדלעכע װײַבער. 45אָבער גערעכטע מענער, זײ װעלן זײ משפּטן מיט דעם משפּט פֿון נואפֿטעס און דעם משפּט פֿון בלוטפֿאַרגיסערינס; װאָרעם נואפֿטעס זײַנען זײ, און בלוט איז אױף זײערע הענט.
46װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: מע װעט אַרױפֿברענגען אױף זײ אַ גרױס געזעמל, און זײ מאַכן צו שױדער און צו רױב. 47און פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער װעט זײ דאָס געזעמל, און זײ צעהאַקן מיט זײערע שװערדן; זײערע זין און זײערע טעכטער װעלן זײ הרגען, און זײערע הײַזער װעלן זײ אין פֿײַער פֿאַרברענען, 48און איך װעל פֿאַרשטערן שענדלעכקײט אױסן לאַנד. און אַלע װײַבער װעלן אַ מוסר נעמען, און װעלן נישט טאָן אַזױ װי אײַער שענדלעכקײט. 49און מע װעט פֿאַרגעלטן אײַער שענדלעכקײט אױף אײַך, און די זינד פֿון אײַערע אָפּגעטער װעט איר טראָגן, און איר װעט װיסן אַז איך בין אֲדֹנָי ה׳.