1הערט דאָס דאָזיקע װאָרט, איר בָשָן-קי
װאָס אױפֿן באַרג שוֹמרוֹן, די װאָס באַרױבן די אָרימע,
װאָס דריקן די אבֿיוֹנים, װאָס זאָגן צו זײערע האַרן:
ברענג מיר זאָלן טרינקען.
2אֲדֹנָי ה׳ האָט געשװאָרן בײַ זײַן הײליקײט, אַז,
זע, טעג קומען אױף אײַך,
און מע װעט אײַך אַװעקנעמען מיט האָקן,
און אײַער איבערבלײַב מיט פֿישערשטאַנגען.
3און דורך מױערבראָכן װעט איר אַרױסגײן,
איטלעכע אַקעגן זיך,
און איר װעט פֿאַרװאָרפֿן געװאָרן אױף די בערג חֶרמוֹן,
זאָגט ה׳.
4קומט קײן בֵית-אֵל און פֿאַרברעכט,
קײן גִלגָל, און מערט פֿאַרברעכן,
און ברענגט צום פֿרימאָרגן אײַערע שלאַכטאָפּפֿער,
אױפֿן דריטן טאָג אײַערע מעשׂרס;
5און איר זענט מקריבֿ אַ דאַנקאָפּפֿער {זֶבַֿח הַתּוֹדָה} מיט חמץ,
און רופֿט אױס פֿרײַװיליקע {קָרבָּן תּוֹדָה} גאָבן, מאַכט הערן,
װאָרעם אַזױ האָט איר ליב, איר קינדער פֿון יִשׂרָאֵל,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
6און איך אױך האָב אײַך געגעבן
לײדיקע צײן אין אַלע אײַערע שטעט,
און איר האָט זיך נישט אומגעקערט צו מיר,
זאָגט ה׳.
7און איך האָב אױך פֿאַרמיטן פֿון אײַך דעם רעגן,
װען נאָך דרײַ חדשים צום שניט,
און איך האָב געלאָזט רעגענען אױף אײן שטאָט,
און אױף אײן שטאָט פֿלעג איך נישט לאָזן רעגענען;
אײן שטיק פֿלעגט באַרעגנט װערן,
און דאָס שטיק װאָס דערױף פֿלעגט נישט רעגענען, פֿלעגט פֿאַרטריקנט װערן.
8און צװײ דרײַ שטעט האָבן געװאַנדערט צו אײן שטאָט,
צו טרינקען װאַסער, און פֿלעגן נישט קריגן צו זאַט,
און איר האָט זיך נישט אומגעקערט צו מיר,
זאָגט ה׳.
9איך האָב אײַך געפּלאָגט מיט קאָרנבראַנד און מיט װעלקעניש;
די מערסטע פֿון אײַערע גערטנער און אײַערע װײַנגערטנער
און אײַערע פֿײַגנבײמער און אײַערע אײלבערטבײמער
עסט דער הײשעריק אױף,
און איר האָט זיך נישט אומגעקערט צו מיר,
זאָגט ה׳.
10איך האָב אָנגעשיקט אױף אײַך אַ פּעסט, אױפֿן שטײגער פֿון מִצרַיִם,
איך האָב געהרגעט מיטן שװערד אײַערע יונגעלײַט,
דערצו געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון אײַערע פֿערד.
און איך האָב געלאָזט אױפֿגײן דעם געשטאַנק
פֿון אײַערע מחנות אין אײַער נאָז,
און איר האָט זיך נישט אומגעקערט צו מיר,
זאָגט ה׳.
11איך האָב איבערגעקערט צװישן אײַך,
אַזױ װי ג-טס איבערקערעניש פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה,
און איר זײַט געבליבן װי אַ שײַט אַרױסגעריסן פֿון אַ שׂרפֿה,
און איר האָט זיך נישט אומגעקערט צו מיר,
זאָגט ה׳.
12דערום װעל איך אַזױ טאָן צו דיר, יִשׂרָאֵל: –
װײַל איך װעל דאָס דאָזיקע טאָן צו דיר,
ברײט זיך אָן אַנטקעגן דײַן ג-ט, יִשׂרָאֵל.
13װאָרעם זע, ער פֿורעמט די בערג, און באַשאַפֿט דעם װינט,
און ער זאָגט דעם מענטשן װאָס זײַן טראַכטונג איז;
ער מאַכט פֿון פֿרימאָרגן פֿינצטערניש,
און ער טרעט אױף די הײכן פֿון דער ערד;
ה׳ אלוקי צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.