AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Deuteronomy 28
◄ Deuteronomy 27
Deuteronomy 28
דְבָֿרִים 28
Deuteronomy 29 ►

1און עס װעט זײַן, אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו היטן צו טאָן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, װעט ה׳ דײַן ג-ט דיך שטעלן העכער איבער אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד. 2און אַלע די דאָזיקע ברכות װעלן קומען אױף דיר, און דיך דערגרײכן, אַז דו װעסט צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט.

3געבענטשט װעסטו זײַן אין שטאָט, און געבענטשט װעסטו זײַן אין פֿעלד.

4געבענטשט די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, און די פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, די געבורט פֿון דײַנע רינדער, און די פֿרוכפּערונג פֿון דײַנע שאָף.

5געבענטשט דײַן קאָרב, און דײַן טײגמולטער.

6געבענטשט װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרײַנגײן, און געבענטשט װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרױסגײן.

7ה׳ װעט געבן דײַנע פֿײַנט װאָס שטײען אױף אַקעגן דיר, געשלאָגענע פֿאַר דיר; אױף אײן װעג װעלן זײ אַרױסגײן אַקעגן דיר, און אױף זיבן װעגן װעלן זײ אַנטלױפֿן פֿאַר דיר.

8ה׳ װעט באַפֿעלן אַ ברכה בײַ דיר אין דײַנע שפּײַכלערס, און אין אַלץ צו װאָס דײַן האַנט נעמט זיך, און ער װעט דיך בענטשן אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר. 9ה׳ װעט דיך אױפֿשטעלן פֿאַר אַ הײליקן פֿאָלק צו זיך, אַזױ װי ער האָט דיר געשװאָרן, אױב דו װעסט היטן די געבאָט פֿון ה׳ דײַן ג-ט, און װעסט גײן אין זײַנע װעגן. 10און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד װעלן זען, אַז ה׳ס נאָמען װערט גערופֿן אױף דיר, און זײ װעלן מורא האָבן פֿאַר דיר. 11און ה׳ װעט דיר געבן אַ שֶפֿע פֿון גוטס אין דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און אין דער פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, און אין דער פֿרוכט פֿון דײַן ערד, אױף דער ערד װאָס ה׳ האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן דיר צו געבן.

12ה׳ װעט דיר עפֿענען זײַן גוטן אוֹצר, דעם הימל, צו געבן דעם רעגן פֿון דײַן לאַנד אין זײַן צײַט, און צו בענטשן יעטװעדער טואונג פֿון דײַן האַנט; און װעסט אַנטלײַען פֿיל פֿעלקער, און דו אַלײן װעסט נישט לײַען. 13און ה׳ װעט דיך מאַכן פֿאַר דעם קאָפּ און נישט פֿאַר דעם עק, און װעסט רק זײַן אױבן, און נישט זײַן אונטן, אױב דו װעסט צוהערן צו די געבאָט פֿון ה׳ דײַן ג-ט, װאָס איך געביט דיר הײַנט צו היטן און צו טאָן, 14און װעסט זיך נישט אָפּקערן פֿון אַלע װערטער װאָס איך געביט דיר הײַנט, רעכטס אָדער לינקס, כּדי צו גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער, זײ צו דינען.

15און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט נישט צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו היטן צו טאָן אַלע זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס איך געביט דיר הײַנט, װעלן קומען אױף דיר אַלע די דאָזיקע קללות, און װעלן דיך דערגרײכן.

16פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן אין שטאָט, און פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן אין פֿעלד.

17פֿאַרשאָלטן דײַן קאָרב, און דײַן טײגמולטער.

18פֿאַרשאָלטן די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, די געבורט פֿון דײַנע רינדער, און די פֿרוכפּערונג פֿון דײַנע שאָף.

19פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרײַנגײן, און פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרױסגײן.

20ה׳ װעט אָנשיקן אױף דיר אַ קללה, אַ מהומה, און אַן אָנגעשרײ, אױף יעטװעדער אונטערנעם פֿון דײַן האַנט װאָס דו װעסט טאָן, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן, און ביז דו װעסט גיך אונטערגײן פֿון װעגן דײַנע שלעכטע מעשׂים, װאָס דו האָסט מיך פֿאַרלאָזן. 21ה׳ װעט באַהעפֿטן אָן דיר די פּעסט, ביז ער װעט דיך פֿאַרלענדן פֿון דער ערד װאָס דו גײסט אַהין, זי צו אַרבן. 22ה׳ װעט דיך פּלאָגן מיט דער שװינדזוכט, און מיט קדחת, און מיט היץ, און מיט דאָרשט, און מיט שװערד, און מיט װעלקעניש; און זײ װעלן דיך נאָכיאָגן ביז דו װעסט אונטערגײן. 23און דער הימל װאָס איבער דײַן קאָפּ װעט זײַן קופּער, און די ערד װאָס אונטער דיר אײַזן. 24ה׳ װעט מאַכן דעם רעגן פֿון דײַן לאַנד שטױב און ערד; עס װעט נידערן אױף דיר פֿון הימל, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן.

25ה׳ װעט דיך געבן אַ געשלאָגענעם פֿאַר דײַנע פֿײַנט; אױף אײן װעג װעסטו אַרױסגײן אַקעגן זײ, און אױף זיבן װעגן װעסטו אַנטלױפֿן פֿאַר זײ, און װעסט זײַן צו שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד. 26און דײַנע טױטע לײַבער װעלן זײַן צו שפּײַז פֿאַר יעטװעדער פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד, און קײנער װעט נישט אַװעקטרײַבן. 27ה׳ װעט דיך פּלאָגן מיט דעם אױסשלאָג פֿון מִצרַיִם, און מיט בלאָטערן, און מיט קרעץ, און מיט בײַסעניש, אַז דו װעסט נישט קענען געהײלט {רפא}[1] װערן. 28ה׳ װעט דיך פּלאָגן מיט משוגעת, און מיט בלינדקײט, און מיט צעדולטקײט פֿון האַרצן. 29און װעסט טאַפּן אין מיטן טאָג אַזױ װי אַ בלינדער טאַפּט אין דער פֿינצטער, און װעסט נישט באַגליקן אין דײַנע װעגן, און װעסט רק זײַן באַרױבט און באַגזלט אַלע טעג, און קײנער װעט נישט העלפֿן. 30אַ װײַב װעסטו פֿאַרקנַסן, און אַן אַנדערער װעט מיט איר זײַן; אַ הױז װעסטו בױען, און װעסט נישט װױנען דערין; אַ װײַנגאָרטן װעסטו פֿלאַנצן, און װעסט אים נישט אָנהײבן. 31דײַן אָקס װעט געשאָכטן װערן פֿאַר דײַנע אױגן, און װעסט פֿון אים נישט עסן; דײַן אײזל װעט אַװעקגעגזלט װערן פֿון פֿאַר דײַן פּנים, און װעט דיר נישט אומגעקערט װערן; דײַנע שאָף װעלן אַװעקגעגעבן װערן צו דײַנע פֿײַנט, און װעסט נישט האָבן װער זאָל העלפֿן. 32דײַנע זין און דײַנע טעכטער װעלן אַװעקגעגעבן װערן צו אַן אַנדער פֿאָלק, און דײַנע אױגן װעלן זען, און אױסגײן נאָך זײ אַ גאַנצן טאָג, און דײַן האַנט װעט זײַן אָן מאַכט. 33די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, און דײַן גאַנצע מי, װעט אױפֿעסן אַ פֿאָלק װאָס דו קענסט נישט, און װעסט רק זײַן באַרױבט און געדריקט אַלע טעג. 34און װעסט װערן משוגע פֿון דער זעונג פֿון דײַנע אױגן װאָס דו װעסט זען. 35ה׳ װעט דיך פּלאָגן מיט אַ בײזן אױסשלאָג אױף די קני און אױף די שענקלען, אַז דו װעסט נישט קענען געהײלט {רפא}[2] װערן; פֿון דײַן פֿוסטריט ביז דײַן שפּיץ קאָפּ. 36ה׳ װעט אַװעקפֿירן דיך, און דײַן מלך װאָס דו װעסט אױפֿשטעלן איבער דיר, צו אַ פֿאָלק װאָס דו און דײַנע עלטערן האָבן נישט געקענט; און װעסט דאָרטן דינען פֿרעמדע ג‑טער, האָלץ און שטײן. 37און װעסט זײַן פֿאַר אַ שרעק, פֿאַר אַ שפּריכװאָרט, און פֿאַר אַ שפּאָט, צװישן אַלע פֿעלקער װאָס ה׳ װעט דיך אַהין אַװעקפֿירן.

38פֿיל זריעה װעסטו אַרױסטראָגן אין פֿעלד, און װינציק װעסטו אײַנזאַמלען, װאָרעם דער הײשעריק װעט עס פֿאַרצערן.

39װײַנגערטנער װעסטו פֿלאַנצן און באַאַרבעטן, אָבער װײַן װעסטו נישט טרינקען און נישט אַרײַננעמען, װאָרעם דער װאָרעם װעט עס אױפֿעסן. 40אײלבערטבײמער װעסטו האָבן אין דײַן גאַנצן געמאַרק, אָבער מיט אײל װעסטו זיך נישט זאַלבן, װאָרעם דײַנע אײלבערטן װעלן אַראָפּפֿאַלן. 41זין און טעכטער װעסטו האָבן, אָבער זײ װעלן נישט בלײַבן בײַ דיר, װאָרעם זײ װעלן אַװעקגײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט.

42אַלע דײַנע בײמער און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד װעט ירשען דער גריל.

43דער פֿרעמדער װאָס צװישן דיר װעט שטײַגן העכער און העכער איבער דיר, און דו װעסט נידערן אַראָפּ און אַראָפּ. 44ער װעט דיר אַנטלײַען, און דו װעסט אים נישט אַנטלײַען; ער װעט זײַן דער קאָפּ, און דו װעסט זײַן דער עק.

45און אַלע די דאָזיקע קללות װעלן קומען אױף דיר, און װעלן דיך נאָכיאָגן און דיך דערגרײכן, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן, װײַל דו האָסט נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס ער האָט דיר געבאָטן. 46און זײ װעלן זײַן פֿאַר אַ צײכן און פֿאַר אַ װוּנדער אױף דיר און אױף דײַן זאָמען ביז אײביק. 47דערפֿאַר װאָס דו האָסט נישט געדינט ה׳ דײַן ג-ט מיט שׂימחה, און מיט אַ פֿרײלעכן האַרצן, אין אַ שֶפֿע פֿון אַלץ, 48װעסטו דינען דײַן פֿײַנט, װאָס ה׳ װעט אים אָנשיקן אױף דיר, אין הונגער, און אין דאָרשטיקײט, און אין נאַקעטקײט, און אין מינערונג פֿון אַלץ; און ער װעט אַרױפֿטאָן אַן אײַזערנעם יאָך אױף דײַן האַלדז, ביז ער װעט דיך פֿאַרטיליקן.

49ה׳ װעט אָנטראָגן אױף דיר אַ פֿאָלק פֿון דער װײַטן, פֿון עק ערד, אַזױ װי עס קומט צו שװעבן אַן אָדלער, אַ פֿאָלק װאָס דו װעסט נישט פֿאַרשטײן זײַן לשון; 50אַ פֿאָלק מיט אַ פֿאַרשײַטן פּנים, װאָס װעט נישט שױנען דעם פּנים פֿון אַ זקן, און אַ יונגן װעט ער נישט לײַטזעליקן. 51און ער װעט אױפֿעסן די פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן; װאָס װעט דיר נישט איבערלאָזן קײן תּבֿואה, קײן װײַן, און קײן אײל, קײן געבורט פֿון דײַנע רינדער, און קײן פֿרוכטפּערונג פֿון דײַנע שאַף, ביז ער װעט דיך אונטערברענגען. 52און ער װעט דיך באַלעגערן אין אַלע דײַנע טױערן, ביז עס װעלן נידערן דײַנע הױכע און פֿעסטע מױערן, װאָס דו האָסט זיך אױף זײ פֿאַרזיכערט, אין דײַן גאַנצן לאַנד; יאָ, ער װעט דיך באַלעגערן אין אַלע דײַנע טױערן, אין דײַן גאַנצן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיר געגעבן. 53און װעסט עסן די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, דאָס פֿלײש פֿון דײַנע זין און דײַנע טעכטער װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיר געגעבן, אין דער באַלעגערונג, און אין דער דריקונג װאָס דײַן פֿײַנט װעט דיך דריקן. 54דער אײדעלער מענטש צװישן דיר און דער זײער פֿאַרצערטלטער, זײַן אױג װעט זײַן שלעכט צו זײַן ברודער, און צו דער װײַב פֿון זײַן בוזעם, און צו די איבעריקע קינדער װאָס ער װעט איבערלאָזן, 55צו געבן אײנעם פֿון זײ פֿון דעם פֿלײש פֿון זײַנע קינדער װאָס ער װעט עסן, װײַל גאָרנישט װעט אים זײַן געבליבן אין דער באַלעגערונג, און אין דער דריקונג װאָס דײַן פֿײַנט װעט דיך דריקן אין אַלע דײַנע טױערן. 56די אײדעלע צװישן דיר און די פֿאַרצערטלטע, װאָס האָט קײן מאָל נישט געפּרוּװט שטעלן איר פֿוסטריט אױף דער ערד, פֿון פֿאַרצערטלטקײט און פֿון אײדלקײט, איר אױג װעט זײַן שלעכט צו דעם מאַן פֿון איר בוזעם, און צו איר זון, און צו איר טאָכטער, 57און צו איר נאָכגעבורט װאָס קומט אַרױס פֿון צװישן אירע פֿיס, און צו אירע קינדער װאָס זי װעט געבערן, װאָרעם זי װעט זײ אױפֿעסן אין פֿאַרבאָרגעניש, אין מינערונג פֿון אַלץ, אין דער באַלעגערונג, און אין דער דריקונג װאָס דײַן פֿײַנט װעט דיך דריקן אין דײַנע טױערן.

58אױב דו װעסט נישט היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה, װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך, מורא צו האָבן פֿאַר דעם דאָזיקן געאַכפּערטן און פֿאָרכטיקן נאָמען, פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, 59װעט ה׳ מאַכן װוּנדערלעך דײַנע פּלאָגן, און די פּלאָגן פֿון דײַנע קינדער – גרױסע און אָנגעהאַלטענע פּלאָגן, און בײזע און אָנגעהאַלטענע קרענק. 60און ער װעט װידער ברענגען אױף דיר אַלע װײטאָקן פֿון מִצרַיִם, װאָס דו האָסט זיך געשראָקן פֿאַר זײ, און זײ װעלן זיך באַהעפֿטן אָן דיר. 61אױך יעטװעדער קרענק און יעטװעדער פּלאָג װאָס שטײט נישט געשריבן אין דעם בוך פֿון דער דאָזיקער תּורה, װעט זײ ה׳ אַרױפֿברענגען אױף דיר ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן. 62און איר װעט בלײַבן מיט אַ הײַפֿל מענטשן, אַנשטאָט װאָס איר זײַט געװען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל אין פֿילקײט; װײַל דו האָסט נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט. 63און עס װעט זײַן, אַזױ װי ה׳ האָט זיך געפֿרײט איבער אײַך, אײַך צו באַגיטיקן, און אײַך צו מערן, אַזױ װעט ה׳ זיך פֿרײען איבער אײַך, אײַך אונטערצוברענגען און אײַך צו פֿאַרטיליקן; און איר װעט אַװעקגעריסן װערן פֿון דער ערד װאָס דו קומסט אַהין, זי צו אַרבן. 64און ה׳ װעט דיך צעשפּרײטן צװישן אַלע אומות, פֿון עק ערד ביז עק ערד, און װעסט דאָרטן דינען פֿרעמדע ג‑טער, װאָס דו און דײַנע עלטערן האָבן נישט געקענט, האָלץ און שטײן. 65און צװישן די דאָזיקע פֿעלקער װעסטו קײן רו נישט האָבן, און קײן מנוחה װעט נישט זײַן פֿאַר דײַן פֿוסטריט; און ה׳ װעט דיר געבן דאָרטן אַן אומרואיק האַרץ, און אױסגײעניש פֿון די אױגן, און פֿאַרשמאַכטונג פֿון דער זעל. 66און דײַן לעבן װעט דיר הענגען אַנטקעגן, און װעסט אַנגסטן טאָג און נאַכט, און נישט זײַן זיכער מיט דײַן לעבן. 67אין פֿרימאָרגן װעסטו זאָגן: הלװאַי װערט אָװנט! און אין אָװנט װעסטו זאָגן: הלװאַי װערט פֿרימאָרגן! פֿון װעגן דער אַנגסט פֿון דײַן האַרצן װאָס דו װעסט אַנגסטן, און פֿון װעגן דער זעונג פֿון דײַנע אױגן װאָס דו װעסט זען. 68און ה׳ װעט דיך אומקערן אױף שיפֿן קײן מִצרַיִם, אױף דעם װעג װאָס איך האָב דיר געזאָגט, װעסט אים מער נישט אָנזען. און איר װעט זיך דאָרטן אָנבאָטן צו אײַערע פֿײַנט פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן, און קײן קױפֿער װעט נישט זײַן.

69 דאָס זײַנען די װערטער פֿון דעם ברית װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן צו שליסן מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין לאַנד מוֹאָבֿ, אַחוץ דעם ברית װאָס ער האָט געשלאָסן {כרת}[3] מיט זײ אין חוֹרֵבֿ.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteLuke 21 →

1און א בליק טוענדיק, האט ער געזען ווי די עשירים ווארפן אריין זייערע נדבות אין דער שאצקאמער. 2און האט געזען א געוויסע נויטבאדערפטיקע אלמנה אריינווארפן דארטן צוויי פרוטות. 3און ער האט געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארעמע אלמנה האט אריינגעווארפן מער ווי אלע; 4ווארום אלע די דאזיקע האבן אריינגעווארפן צו די נדבות פון זייער עודף; זי אבער האט פון איר נויט אריינגעווארפן אלץ, וואס זי האט געהאט צום לעבן.

5און ווען אייניקע האבן געזאגט וועגן דעם בית המקדש, אז עס איז באצירט מיט הערלעכע שטיינער און מיט מתנות, האט ער געזאגט: 6די דאזיקע זאכן, וואס איר זעט, עס וועלן קומען טעג, אין וועלכע עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן! 7האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, און ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דער סימן ווען דאס דארף געשען? 8און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין! 9ווען אבער איר וועט הערן פון מלחמות און מהומות, זאלט איר זיך נישט שרעקן, ווארום דאס מוז קודם כל געשען; נאר דער קץ איז נישט באלד.

10דעמאלט האט ער געזאגט צו זיי: א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה; 11עס וועלן זיין געוואלדיקע ערדציטערנישן, און דא און דארטן הונגער און מגפות; און שרעקלעכע זאכן און גרויסע צייכנס פון הימל וועלן זיין. 12פאר דעם אלעם אבער וועלן זיי לייגן אויף אייך זייערע הענט, און אייך פארפאלגן, און וועלן אייך איבערגעבן צו די שולן און תפיסות און אייך פירן פאר מלכים און מושלים צוליב מיין נאמען. 13דאס וועט אויספאלן פאר אייך צום עדות זאגן. 14נעמט זשע עס אייך צום הארצן, נישט צו זארגן פארויס, וויאזוי זיך צו פארטיידיקן; 15ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן. 16איר וועט אבער איבערגעגעבן ווערן אפילו פון עלטערן, און ברידער, און קרובים, און פריינד; און א טייל פון אייך וועלן זיי טייטן. 17און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען. 18און קיין האר פון אייער קאפ וועט נישט פארלוירן ווערן. 19דורך אייער סבלנות וועט איר געווינען אייערע לעבנס!

20און ווען איר וועט זען ירושלים באלעגערט מיט חיילות, זאלט איר דעמאלט וויסן, אז איר פארוויסטונג האט זיך דערנענטערט. 21דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין (לאנד) יהודה, אנטלויפן צו די בערג; און די, וואס זענען אין איר מיט, זאלן אויסוואנדערן; און די, וואס זענען אויפן לאנד, זאלן נישט אריינגיין אין איר. 22ווייל זיי זענען טעג פון נקמה, כדי עס זאל דערפילט ווערן אלץ, וואס שטייט געשריבן. 23וויי איז צו די טראגעדיקע פרויען און אנזויגערינס אין יענע טעג! ווארום עס וועט זיין א גרויסע נויט איבערן לאנד און א צארן איבער דעם דאזיקן פאלק. 24און זיי וועלן פאלן פון דער שארף פון דער שווערד, און געפאנגען געפירט ווערן צווישן אלע פעלקער; און ירושלים וועט צעטרעטן ווערן פון אומות (העולם), ביז די צייטן פון די אומות (העולם) וועלן דערפילט ווערן. 25און עס וועלן זיין סימנים אין דער זון און לבנה און שטערנס; און אויף דער ערד אנגסט אויף פעלקער; און זיי וועלן נישט וויסן קיין עצה זיך צו געבן, מחמת דעם ברויזן פון ים און די כוואליעס; 26און מענטשן וועלן אויסגיין פאר מורא און דערווארטונג פון דעם, וואס דארף קומען אויף דער וועלט; ווארום די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן. 27און דעמאלט וועלן זיי זען דעם בר אנש קומען אויף א וואלקן מיט מאכט און פיל הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.) 28ווען אבער די דאזיקע זאכן הויבן אָן געשען, זאלט איר זיך אויפריכטן און אויפהויבן אייערע קעפ, ווייל אייער גאולה דערנענטערט זיך.

29און ער האט זיי געזאגט א משל: קוקט אויף דעם פייגנבוים און אויף אלע ביימער; 30ווען זיי שפראצן שוין, זעט איר עס און ווייסט פון זיך אליין, אז דער זומער איז נאענט. 31אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ איז נאענט. 32באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלץ וועט האבן געשען. 33דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן בשום אופן נישט פארגיין.

34נאר היטן זאלט איר זיך, אז אייערע הערצער זאלן נישט שווער ווערן מיט איבערעסן זיך און זויפן, און מיט דאגות פארן לעבן, און אז יענער טאג זאל נישט פלוצלונג קומען אויף אייך; 35ווארום ווי א נעץ וועט ער קומען איבער אלע, וואס וואוינען אויפן פנים פון דער גאנצער ערד. 36דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!

37און בייטאג איז ער געווען אינם בית המקדש און האט געלערנט, און ביינאכט איז ער ארויסגעגאנגען און האט איבערגענעכטיקט אויפן בארג, וואס מען האט אים גערופן הר הזיתים. 38און דאס גאנצע פאלק איז געקומען צו אים אינדערפרי אין בית המקדש אריין, כדי אים צו הערן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Deuteronomy 27Deuteronomy 29 ►