AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 15
◄ Jeremiah 14
Jeremiah 15
יִרְמְיָה 15
Jeremiah 16 ►

1און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: װען אױפֿשטײן זאָל משה און שמוּאֵל פֿאַר מיר, איז מײַן זעל נישט מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק; שיק זײ אַװעק פֿון מײַן פּנים, און זאָלן זײ אַװעקגײן. 2און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר: װוּהין זאָלן מיר אַװעקגײן? זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

װער צום טױט, צום טױט,
און װער צום שװערד, צום שװערד,
און װער צום הונגער, צום הונגער,
און װער צו געפֿאַנגענשאַפֿט, צו געפֿאַנגענשאַפֿט.

3און איך װעל אָנזעצן אױף זײ פֿיר משפּחות, זאָגט ה׳: די שװערד צו הרגען, און די הינט צו שלעפּן, און דעם פֿױגל פֿון הימל, און די חיה פֿון דער ערד, צו עסן און אומצוברענגען. 4און איך װעל זײ מאַכן צו שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד, פֿון װעגן מנַשֶה דעם זון פֿון יכִזקִיָהון, אי דעם מלך פֿון יהוּדה, פֿאַר װאָס ער האָט געטאָן אין ירושָלַיִם.

5װאָרעם װער װעט דיך דערברימען, ירושָלַיִם?
און װער װעט דיך באַדױערן?
און װער װעט זיך אָפּקערן דיך צו פֿרעגן אױף פֿריד?
6דו האָסט מיך אַװעקגעװאָרפֿן,
זאָגט ה׳,
אַהינטער טוסטו גײן,
דערום שטרעק איך אױס מײַן האַנט אױף דיר און צעשטער דיך;
איך בין מיד געװאָרן זיך צו דערבאַרעמען.
7און איך װינטשופֿל זײ מיט אַ װינטשופֿל
אין די טױערן פֿון לאַנד;
איך לאָז אָן קינדער, איך ברענג אונטער מײַן פֿאָלק,
װײַל זײ קערן זיך נישט אום פֿון זײערע װעגן.
8זײערע אַלמנות װערן דורך מיר מער װי זאַמד פֿון די ימען;
איך ברענג אױף זײ – אױף דער מוטער פֿון יוגנט,
אַ פֿאַרװיסטער אין מיטן טאָג.
איך װאַרף אָן אױף איר פּלוצעם יסורים און שרעקענישן.
9פֿאַרװעלקט װערט די געװינערין פֿון זיבן,
זי הױכט אױס איר נשמה;
איר זון גײט אונטער װען נאָך טאָג,
זי װערט צו שאַנד און פֿאַרשעמט.
און זײער איבערבלײַב װעל איך איבערגעבן
צום שװערד פֿאַר זײערע פֿײַנט,
זאָגט ה׳.

10װײ מיר, מוטער מײַנע, װאָס דו האָסט מיך געבאָרן אַ מענטש פֿון קריג, און אַ מענטש פֿון שטרײַט קעגן גאַנצן לאַנד; נישט איך אױסבאָרגן, און נישט מע מאָנט בײַ מיר, פֿון דעסטװעגן שילטן זײ מיך אַלע. 11האָט ה׳ געזאָגט: פֿאַר װאָר, איך װעל דיך דערלײזן צום גוטן; פֿאַר װאָר, איך װעל מאַכן דעם פֿײַנט זיך בעטן בײַ דיר אין צײַט פֿון אומגליק און אין צײַט פֿון נױט. 12קען מען אײַזן צעברעכן – אײַזן פֿון צפֿון, און קופּער?

13דײַן פֿאַרמעג און דײַנע אוֹצרות װעל איך געבן צו רױב אָן געצאָלט; יאָ, פֿאַר אַלע דײַנע זינד אַזש אין אַלע דײַנע געמאַרקן. 14און איך װעל דיך אַריבערפֿירן בײַ דײַנע פֿײַנט, אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט נישט; װאָרעם אַ פֿײַער איז אָנגעצונדן אין מײַן נאָז,[1] אױף אײַך װעט עס ברענען.

15דו, ה׳ װײסט דאָך,
געדענק מיך, און דערמאָן זיך אָן מיר,
און זײ זיך נוֹקם אָן מײַנע נאָכיאָגער;
פֿון װעגן דײַן לאַנגגעמיט נישט נעם מיך אַװעק;
מערק מײַן לײַדן פֿון דײַנט װעגן שאַנד.
16װי דײַנע װערטער זײַנען געפֿונען געװאָרן,
אַזױ האָב איך זײ אײַנגעשלונגען,
און דײַן װאָרט איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿרײד,
און פֿאַר אַ שׂימחה פֿון מײַן האַרצן,
װײַל דײַן נאָמען איז אױף מיר גערופֿן געװאָרן,
ה׳ דו אלוקי צבָֿאוֹת.
17איך בין נישט געזעסן אין געזעמל פֿון פֿרײלעכע
און זיך לוסטיק געמאַכט;
פֿון װעגן דײַן האַנט בין איך געזעסן אַלײן,
װאָרעם מיט צאָרן האָסטו מיך אָנגעפֿילט.
18פֿאַר װאָס איז אײביק מײַן װײטיק, און מײַן װוּנד איז מסוכּן,
זי װיל זיך נישט הײלן {רפא}?[2]
װילסטו מיר זײַן װי אַ טײַך אַ פֿאַלשער,
װי װאַסערן אומגעטרײַע?
19דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:
אַז דו װעסט זיך אומקערן, און איך װעל דיך אומקערן,
װעסטו שטײן פֿאַר מיר;
און אַז דו װעסט אַרױסציען טײַערס פֿון דעם שלעכטיקײט,
װעסטו אַזױ װי מײַן מױל זײַן;
זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר,
און דו װעסט זיך גניט אומקערן צו זײ.
20און איך װעל דיך מאַכן אַקעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק
פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטער מױער פֿון קופּער,
און זײ װעלן מלחמה האַלטן קעגן דיר,
און װעלן דיך נישט בײַקומען;
װאָרעם איך בין מיט דיר, דיך צו העלפֿן,
און דיך מציל צו זײַן,
זאָגט ה׳.
21און איך װעל דיך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די שלעכטע,
און װעל דיך אױסלײזן פֿון דעם פֿױסט פֿון די מאַכטיקע.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 10 →

1און איך האב געזען אן אנדערן געוואלטיקן מלאך אראפנידערן פון הימל, איינגעהילט אין א וואלקן; און דער רעגנבויגן איז געווען איבער זיין קאפ, און זיין פנים איז געווען ווי די זון, און זיינע פיס, ווי זיילן פייער; 2און אין זיין האנט האט ער געהאט א קליין אפן ספר; און האט געשטעלט זיין רעכטן פוס אויפן ים, און דעם לינקן אויף דער יבשה; 3און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזויווי א לייב ברומט; און ווען ער האט געהאט געשריגן, האבן די זיבן דונערן גערעדט מיט זייערע קולות. 4און ווען די זיבן דונערן האבן געהאט גערעדט, האב איך געוואלט שרייבן; און האב געהערט א קול פון הימל זאגן: פארחתמע וואס די זיבן דונערן האבן גערעדט, און שרייב עס נישט. 5און דער מלאך, וועלכן איך האב געזען שטיין אויפן ים און אויף דער יבשה, האט אויפגעהויבן זיין רעכטע האנט צום הימל, 6און געשוואוירן ביי דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, וועלכער האט באשאפן דעם הימל און וואס עס געפינט זיך דערין, און די ערד און וואס עס איז אויף איר, און דעם ים און וואס עס געפינט זיך אין אים, אז עס וועט מער נישט זיין קיין צייט; 7נאר אין די טעג פון דעם קול פון דעם זיבעטן מלאך, ווען ער וועט בלאזן, וועט פארענדיקט ווערן דער סוד פון ה׳, ווי ער האט מבשר געווען צו זיינע קנעכט, די נביאים. (דניאל יב, ו-ז.) 8און דאס קול, וואס איך האב געהערט פון הימל, האט ווידער גערעדט מיט מיר, און געזאגט: גיי, נעם דאס אפענע ספר פון דער האנט פון דעם מלאך, וועלכער שטייט אויפן ים און אויף דער יבשה. 9און איך בין אהינגעגאנגען צום מלאך, און האב צו אים געזאגט: גיב מיר דאס ספר. און ער האט צו מיר געזאגט: נעם און עס עס אויף; און עס וועט דיר ביטער מאכן אין בויך, נאר אין דיין מויל וועט עס זיין זיס ווי האניק. (יחזקאל ב, ט; ג, ג.) 10און איך האב גענומען דאס ספר אויס דער האנט פון דעם מלאך, און האב עס אויפגעגעסן; און עס איז געווען אין מיין מויל אזוי זיס, ווי האניק, און ווען איך האב עס אויפגעגעסן, איז מיר געווארן ביטער אין בויך. 11און מען האט מיר געזאגט: דו מוזט ווידער נבואות זאגן איבער א סך פעלקער און אומות און לשונות און מלכים.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 14Jeremiah 16 ►