1אַזױ האָט מיר אֲדֹנָי ה׳ געװיזן: ערשט ער האָט באַשאַפֿן אַ הײשעריק אין אָנהײב אױפֿגײן פֿון דער שפּעט-תּבֿואה, און זע, דאָס איז געװען די שפּעט-תּבֿואה נאָך דעם מלכס שניט. 2און עס איז געװען, אַז ער האָט געענדיקט אױפֿעסן דאָס גראָז פֿון לאַנד, האָב איך געזאָגט:
4אַזױ האָט מיר אֲדֹנָי ה׳ געװיזן: ערשט אֲדֹנָי ה׳ האָט אױסגערופֿן אַ קריג דורך פֿײַער, און עס האָט פֿאַרצערט דעם גרױסן תּהום, און װאָלט פֿאַרצערט דאָס לאַנד. 5האָב איך געזאָגט:
7אַזױ האָט ער מיר געװיזן: ערשט אֲדֹנָי שטײט אױף אַ שנורגלײַכער מױער, און אין זײַן האַנט איז אַ װאָגשנור. 8און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו, עָמוֹס? האָב איך געזאָגט: אַ װאָגשנור. האָט אֲדֹנָי געזאָגט:
10און אַמַציָה דער כּהן פֿון בֵית-אֵל האָט געשיקט צו יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: עָמוֹס האָט געמאַכט אַ בונט אױף דיר צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; דאָס לאַנד קען נישט אױסהאַלטן אַלע זײַנע רײד. 11װאָרעם עָמוֹס האָט אַזױ געזאָגט:
12און אַמַציָה האָט געזאָגט צו עָמוֹסן: זעער, גײ אַנטלױף דיר קײן לאַנד יהוּדה, און עס דאָרטן ברױט, און דאָרטן זאָלסטו נבֿיאות זאָגן. 13אָבער אין בֵית-אֵל זאָלסטו מער װידער נבֿיאות נישט זאָגן װאָרעם עס איז אַ מלכס הײליקטום, און עס איז אַ הױז פֿון מלוכה.
14האָט געענטפֿערט עָמוֹס און האָט געזאָגט צו אַמַציָהן: נישט קײן נבֿיא בין איך, און נישט קײן זון פֿון אַ נבֿיא בין איך, נײַערט אַ פּאַסטוך פֿון רינדער בין איך, און אַ צוריכטער פֿון װילדע פֿײַגן. 15און ה׳ האָט מיך גענומען פֿון הינטער די שאָף,[1] און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: גײ זאָג נבֿיאות צו מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל. 16און אַצונד הער דאָס װאָרט פֿון ה׳:
דו זאָגסט: זאָלסט נישט נבֿיאות זאָגן אױף יִשׂרָאֵל, און נישט דַרשען אױף דעם הױז פֿון יצחק.
17דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: