1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יוֹנהן אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: 2שטײ אױף, גײ צו דער גרױסער שטאָט נינוֵה, און רוף אױס צו איר די אױסרופֿונג װאָס איך רעד צו דיר.
3איז יוֹנה אױפֿגעשטאַנען, און ער איז געגאַנגען קײן נינוֵה, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳; און נינוֵה איז געװען אַ געװאַלטיק גרױסע שטאָט פֿון דרײַ טעג גאַנג. 4און יוֹנה האָט אָנגעהױבן אַרײַנגײן אין שטאָט אײן טאָג גאַנג, און ער האָט אױסגערופֿן און האָט געזאָגט: נאָך פֿערציק טעג און נינוֵה װערט איבערגעקערט.
5און די מענטשן פֿון נינוֵה האָבן געגלױבט[1] אין אלֹקים, און זײ האָבן אױסגערופֿן אַ פֿאַסטטאָג, און האָבן זיך אָנגעטאָן אין זאַק פֿון זײער גרעסטן ביז זײער קלענסטן. 6און די זאַך האָט דערגרײכט צום מלך פֿון נינוֵה, און ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון זײַן טראָן, און האָט אױסגעטאָן זײַן מאַנטל פֿון זיך, און האָט זיך צוגעדעקט מיט זאַק, און זיך געזעצט אױף אַש. 7און ער האָט געלאָזט אױסרופֿן און אָנגעזאָגט אין נינוֵה אױף דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך און זײַנע גרױסע לײַט, אַזױ צו זאָגן: קײן מענטש און קײן בהמה, רינדער אָדער שאָף, זאָל נישט פֿאַרזוכן דאָס מינדסטע; נישט זײ זאָלן זיך פֿיטערן, און נישט זײ זאָלן טרינקען װאַסער. 8מענטשן און בהמות זאָלן זײַן צוגעדעקט מיט זאַק; און מע זאָל רופֿן צו אלֹקים מיט שטאַרקײט, און מע זאָל זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג, און פֿון דעם אומרעכט װאָס אין זײערע הענט. 9װער װײס, אפֿשר װידער װעט האלֹקים חרטה האָבן, און זיך אָפּקערן פֿון זײַן גרימצאָרן,[2] און מיר װעלן נישט אונטערגײן.
10האָט האלֹקים געזען זײערע מעשׂים, אַז זײ האָבן זיך אומגעקערט פֿון זײער שלעכטן װעג, און ג-ט האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט גערעדט זײ צו טאָן, און ער האָט עס נישט געטאָן.