AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 26
◄ Jeremiah 25
Jeremiah 26
יִרְמְיָה 26
Jeremiah 27 ►

1אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרט פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 2אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: שטעל זיך אין הױף פֿון ה׳ס הױז, און זאָלסט רעדן צו אַלע שטעט פֿון יהוּדה װאָס קומען זיך בוקן אין הױז פֿון ה׳, אַלע װערטער װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן צו רעדן צו זײ; זאָלסט נישט מינערן אַ װאָרט. 3אפֿשר װעלן זײ הערן, און זײ װעלן זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײ שלעכטן װעג, און איך װעל חרטה האָבן אױף דעם בײז װאָס איך טראַכט זײ צו טאָן, פֿון װעגן זײערע שלעכטע מעשׂים. 4און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אױב איר װעט נישט צוהערן צו מיר, צו גײן אין מײַן תּורה װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר אײַך, 5צוצוהערן צו די װערטער פֿון מײַנע קנעכט די נבֿיאים, װאָס איך שיק צו אײַך, און שיק נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד, און איר האָט נישט צוגעהערט, 6װעל איך מאַכן דאָס דאָזיקע הױז אַזױ װי שילוֹ, און די דאָזיקע שטאָט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ קללה בײַ אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד.

7און די כּהנים און די נבֿיאים און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געהערט יִרמיָהון רעדן די דאָזיקע װערטער אין הױז פֿון ה׳. 8און עס איז געװען, װי יִרמיָהו האָט געענדיקט רעדן אַלץ װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן צו רעדן צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ האָבן די כּהנים און די נבֿיאים און דאָס גאַנצע פֿאָלק אים אָנגעכאַפּט, אַזױ צו זאָגן: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן! 9למאַי האָסטו נבֿיאות געזאָגט אין נאָמען פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי שילוֹ װעט װערן דאָס דאָזיקע הױז, און די דאָזיקע שטאָט װעט זײַן װיסט אָן אַ באַװױנער? און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך אײַנגעזאַמלט קעגן יִרמיָהון אין הױז פֿון ה׳.

10און די האַרן פֿון יהוּדה האָבן געהערט די דאָזיקע װערטער, און זײ זײַנען אַרױפֿגעקומען פֿון דעם מלכס הױז אין הױז פֿון ה׳, און האָבן זיך געזעצט אין אײַנגאַנג פֿון דעם נײַעם טױער פֿון ה׳. 11און די כּהנים און די נבֿיאים האָבן געזאָגט צו די האַרן און צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: טױטשטראָף קומט דעם דאָזיקן מאַן, װײַל ער האָט נבֿיאות געזאָגט אױף דער דאָזיקער שטאָט, אַזױ װי איר האָט געהערט מיט אײַערע אױערן.

12האָט יִרמיָהו געזאָגט צו אַלע האַרן און צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: ה׳ האָט מיך געשיקט נבֿיאות צו זאָגן אױף דעם דאָזיקן הױז און אױף דער דאָזיקער שטאָט אַלע װערטער װאָס איר האָט געהערט. 13און אַצונד בעסערט אײַערע װעגן און אײַערע מעשׂים, און הערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקיכם, און ה׳ װעט חרטה האָבן אױף דעם בײז װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף אײַך. 14און איך, אָט בין איך אין אײַערע הענט, טוט מיט מיר אַזױ װי עס איז װױל און װי עס איז רעכטפֿאַרטיק אין אײַערע אױגן. 15אָבער װיסן זאָלט איר װיסן זײַן, אַז אױב איר טײט מיך, ברענגט איר אומשולדיק בלוט אױף אײַך, און אױף דער דאָזיקער שטאָט, און אױף אירע באַװױנער, װאָרעם ה׳ האָט מיך באמת געשיקט צו אײַך, צו רעדן אין אײַערע אױערן אַלע די דאָזיקע װערטער.

16האָבן די האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק געזאָגט צו די כּהנים און צו די נבֿיאים: דעם דאָזיקן מאַן קומט נישט טױטשטראָף, װאָרעם אין נאָמען פֿון ה׳ אלוקינו האָט ער גערעדט צו אונדז. 17און מענער פֿון די עלטסטע פֿון לאַנד זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן געזאָגט צו דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 18מִיכָה פֿון מוֹרֶשֶת פֿלעגט נבֿיאות זאָגן אין די טעג פֿון חִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק פֿון יהוּדה אַזױ צו זאָגן:

אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
צִיוֹן װעט װי אַ פֿעלד צעאַקערט װערן,
און ירושָלַיִם װעט הױפֿנס װערן,
און דער באַרג פֿון ה׳ס הױז צו װאַלדיקע הײכן.

19האָבן אים דען טײטן געטײט חִזקִיָהו דער מלך פֿון יהוּדה און גאַנץ יהוּדה? פֿאַר װאָר, ער האָט מורא געהאַט פֿאַר ה׳, און ער האָט געבעטן בײַ ה׳, און ג-ט האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף זײ; און מיר טוען זיך אַלײן אַ גרױס בײז.

20און נאָך אַ מאַן פֿלעגט נבֿיאות זאָגן אין נאָמען פֿון ה׳, אוּרִיָהו דער זון פֿון שמַעיָהון, פֿון קִריַת-יְעָרים; און ער האָט נבֿיאות געזאָגט אױף דער דאָזיקער שטאָט און אױף דעם דאָזיקן לאַנד, אַזױ װי אַלע װערטער פֿון יִרמיָהו. 21און דער מלך יהוֹיָקים, און אַלע זײַנע גיבוֹרים, און אַלע האַרן, האָבן געהערט זײַנע װערטער, און דער מלך האָט אים געזוכט צו טײטן; אָבער אוּרִיָהו האָט געהערט דערפֿון, און ער האָט מורא געקריגן, און איז אַנטלאָפֿן און געקומען קײן מִצרַיִם. 22האָט דער מלך יהוֹיָקים געשיקט מענטשן קײן מִצרַיִם, אֶלנָתָן דעם זון פֿון עַכבוֹרן, און נאָך מענטשן מיט אים, קײן מִצרַיִם. 23און זײ האָבן אַרױסגעצױגן אוּרִיָהון פֿון מִצרַיִם, און האָבן אים געבראַכט צום מלך יהוֹיָקים, און ער האָט אים דערשלאָגן מיטן שװערד, און אַװעקגעװאָרפֿן זײַן טױט לײַב צװישן די קבֿרים פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק.

24אָבער די האַנט פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען איז געװען מיט יִרמיָהון, אַז מע זאָל אים נישט געבן אין דער האַנט פֿון פֿאָלק אים צו טײטן.

Brit Chadasha FootnoteActs 5 →

1א געוויסער מאן אבער מיטן נאמען חנניה, מיט שפירה זיין ווייב, האט פארקויפט א פארמעגן, 2און אראפגענומען פון דעם פרייז, מיטן וויסן פון זיין ווייב, און א חלק געברענגט און אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים. 3פעטרוס אבער האט געזאגט: חנניה, פארוואס האט דער שׂטן אנגעפילט דיין הארץ, צו זאגן א ליגן צום רוח הקודש און אראפצונעמען פונם פרייז פון פעלד? 4צי איז עס דען נישט געווען דיין אייגנס, ווען דו האסט עס געהאט? און נאכן פארקויפן, צי איז עס דען נישט געווען אין דיין רשות? פארוואס האסטו באשלאסן אין דיין הארצן די דאזיקע זאך? דו האסט נישט געלייקנט פאר מענטשן, נאר פאר ה׳. 5און ווען חנניה האט געהערט די דאזיקע ווערטער, איז ער אנידערגעפאלן און אויסגעגאנגען; און א גרויסע מורא איז געקומען איבער אלע, וואס האבן דאס געהערט. 6און די יונגעלייט זענען אויפגעשטאנען, האבן אים אנגעטאן תכריכים, און אים ארויסגעטראגן און קובר געווען.

7און נאך א פארלויף פון אן ערך דריי שעה איז זיין ווייב אריינגעקומען, נישט וויסנדיק וואס עס איז געשען. 8און פעטרוס האט צו איר געזאגט: זאג מיר, צי האט איר פאר כך‑וכך פארקויפט דאס פעלד? און זי האט געזאגט: יא, פאר כך‑וכך. 9האט פעטרוס צו איר געזאגט: פארוואס האט איר איינגעשטימט צווישן זיך אויסצופרואוון דעם גייסט פון דעם האר? אָט זע, די פיס פון די, וואס האבן באגראבן דיין מאן, זענען ביי דער טיר, און זיי וועלן דיך (אויך) ארויסטראגן. 10און זי איז גלייך אנידערגעפאלן צו זיינע פיס און אויסגעגאנגען; און די יונגעלייט זענען אריינגעקומען און האבן זי געפונען א טויטע, און, ארויסטראגנדיק, האבן זיי זי קובר געווען ביי איר מאן. 11און עס איז געקומען א גרויסע מורא איבער דער גאנצער קהילה און איבער אלע, וואס האבן דאס געהערט.

12און דורך די הענט פון די שליחים זענען געשען א סך אותות און מופתים צווישן דעם פאלק; און אלע זענען געווען צוזאמען אין דעם אולם של שלמה. 13פון די איבריקע אבער האט קיינער זיך נישט אונטערגעשטעלט צו באהעפטן צו זיי, נאר דאס פאלק האט זיי געהאלטן זייער טייער; 14און די מאמינים אינם האר האבן זיך פיל פארמערט, מאסן מענער און אויך פרויען; 15אזוי, אז מען פלעגט ארויסטראגן קראנקע אויף די גאסן, און זיי געלייגט אויף בעטן און געלעגערס, כדי ווען פעטרוס וועט קומען, זאל ווייניקסטנס זיין שאטן פאלן אויף עמיצן פון זיי. 16און א המון מענטשן איז זיך צוזאמענגעקומען אין ירושלים פון די שטעט ארום, ברענגענדיק צו טראגן שלאפע און געפלאגטע פון אומריינע גייסטער, וועלכע זענען אלע געהיילט געווארן.

17און דער כהן גדול איז אויפגעשטאנען און אלע, וואס זענען געווען מיט אים (דאס איז די כיתה פון די צדוקים), און זענען פול געווארן מיט קנאה, 18און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף די שליחים, און זיי איינגעזעצט אין דער שטאטישער תפיסה. 19און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט: 20גייט, שטעלט זיך און רעדט אין בית המקדש צום פאלק אלע רייד פון דעם דאזיקן לעבן. 21און ווען זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי אינדערפרי אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האבן געלערנט. אבער דער כהן גדול איז געקומען און די, וואס זענען געווען מיט אים, און האבן צונויפגערופן דאס סנהדרין און אלע זקנים פון די בני ישראל, און געשיקט צו דער תפיסה, מען זאל זיי ברענגען. 22און די משרתים זענען אהינגעגאנגען און האבן זיי נישט געפונען אין תפיסה, און האבן זיך אומגעקערט און דערציילט, אזוי צו זאגן: 23מיר האבן געפונען דאס געפענקעניש פעסט פארשלאסן און די שומרים שטיין ביי די טירן; אבער אויפעפנענדיק, האבן מיר אינעווייניק קיינעם נישט געפונען. 24און ווי דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די הויפט כהנים האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, זענען זיי פארצווייפלט געווארן איבער זיי, וואס עס וועט פון דעם דאזיקן ווערן. 25דאן איז עמיצער געקומען און זיי דערציילט: זע, די מענער, וועמען איר האט איינגעזעצט אין תפיסה, זענען אינם בית המקדש, און שטייען און לערנען דאס פאלק. 26דעמאלט איז דער מיליטערישער הויפטמאן אוועק צוזאמען מיט די משרתים, און זיי געברענגט, (דאך) נישט מיט געוואלד; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק, מען זאל זיי נישט שטייניקן. 27און האבן זיי געברענגט און אוועקגעשטעלט פארן סנהדרין. און דער כהן גדול האט זיי געפרעגט, 28אזוי צו זאגן: האבן מיר אייך נישט שטרענג באפוילן, נישט צו לערנען אין דעם דאזיקן נאמען, און זע, איר האט אנגעפילט ירושלים מיט אייער לערנונג, און ווילט איר ברענגען אויף אונדז דאס בלוט פון דעם דאזיקן מענטשן? 29און פעטרוס און די שליחים האבן ענטפערנדיק געזאגט: ה׳ מוז מען מער געהארכן ווי מענטשן. 30דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, וועמען איר האט גענומען און אויפגעהאנגען אויף א בוים. 31אים האט ה׳ דערהייבט מיט זיין רעכטער האנט, (צו זיין) א שר און א גואל, צו געבן צו ישראל תשובה און סליחת חטאים. 32און מיר זענען עדות פון די דאזיקע ווערטער, און דער רוח הקודש, וועלכן ה׳ האט געגעבן צו די, וואס געהארכן אים.

33און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געוואלט זיי טייטן. 34נאר עס איז אויפגעשטאנען א געוויסער מאן אינם סנהדרין, א פרוש, וואס האט געהייסן גמליאל, א תנא, הויך געאכט ביים גאנצן פאלק, און האט באפוילן מען זאל די מענטשן ארויספירן אויף א וויילע. 35דאן האט ער געזאגט צו זיי: מענער פון ישראל, זייט פארזיכטיק וואס שייך די דאזיקע מענטשן, וואס איר גייט טאן. 36ווארום פאר די דאזיקע טעג איז אויפגעשטאנען תודס, זאגנדיק, אז ער איז עפעס; צו וועמען עס האבן זיך באהאפטן אין צאל אן ערך פיר הונדערט מענטשן; ער איז געהרגעט געווארן; און אלע, וואס האבן אים געפאלגט, זענען צעשפרייט און צונישט געווארן. 37נאך דעם איז אויפגעשטאנען יהודה הגלילי, אין די טעג פון דער רעגיסטרירונג, און האט פארפירט נאך זיך אן אנגעזעענעם טייל פונם פאלק; אויך ער איז פארלוירן געווארן, און אלע, וואס האבן אים געהארכט, זענען צעשפרייט געווארן. 38און איצט זאג איך אייך: האלט זיך צוריק פון די דאזיקע מענטשן, און לאזט זיי אפ: ווייל אויב די דאזיקע עצה אדער די דאזיקע זאך איז פון מענטשן, וועט זי צעשטערט ווערן. 39נאר אויב זי איז פון ה׳, וועט איר זיי נישט קענען שטערן; טאמער וועט איר געפונען ווערן ראנגלענדיק אויך קעגן ה׳. און זיי האבן אים געהארכט; 40און רופנדיק די שליחים און שלאגנדיק זיי מלקות, האבן זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט רעדן אין ישועס נאמען, און האבן זיי אפגעלאזט. 41און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען. 42און יעדן טאג, סאי אין בית המקדש סאי פון הויז צו הויז, האבן זיי נישט אויפגעהערט צו לערנען און אנצוזאגן די בשורה פון דעם משיח יהושע/ישוע.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 25Jeremiah 27 ►