AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 38
◄ Jeremiah 37
Jeremiah 38
יִרְמְיָה 38
Jeremiah 39 ►

1און שפֿטיָה דער זון פֿון מַתָּנען, און גדַליָהו דער זון פֿון פַּשחורן, און יוכַל דער זון פֿון שֶלֶמיָהון, און פַּשחור דער זון פֿון מַלכִּיָהן, האָבן געהערט די װערטער װאָס יִרמיָהו האָט גערעדט צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 2אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: דער װאָס בלײַבט זיצן אין דער דאָזיקער שטאָט װעט שטאַרבן פֿון דער שװערד, פֿון דעם הונגער, און פֿון דער פּעסט, און דער װאָס גײט אַרױס צו די כַּשׂדים, װעט בלײַבן לעבן; זײַן נפֿש װעט אים זײַן צום געװינס, און ער װעט בלײַבן לעבן. 3אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איבערגעגעבן װעט איבערגעגעבן װערן די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון דעם חיל פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זי באַצװינגען. 4האָבן די האַרן געזאָגט צום מלך: זאָל געטײט װערן, איך בעט דיך, דער דאָזיקער מאַן, װאָרעם ער שלאַפֿט דאָך אָפּ די הענט פֿון די המלחמהלײַט װאָס זײַנען איבערגעבליבן אין דער דאָזיקער שטאָט, און די הענט פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק, אַז דער רעדט צו זײ אַזױ װי די דאָזיקע רײד; װאָרעם דער דאָזיקער מאַן זוכט נישט פֿריד פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק נאָר בלױז אַ רעה. 5האָט דער מלך צִדקִיָהו געזאָגט: אָט איז ער אין אײַער האַנט; װאָרעם דער מלך קען מיט אײַך גאָרנישט אױספֿירן. 6האָבן זײ גענומען יִרמיָהון, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער גרוב פֿון מַלכִּיָהו דעם זון פֿון מלך, װאָס אין הױף פֿון דער װאַך; און זײ האָבן אַראָפּגעלאָזט יִרמיָהון מיט שטריק. און אין דער גרוב איז קײן װאַסער נישט געװען, נאָר בלױז לײם; און יִרמיָהו איז אַרײַנגעזונקען אין דעם לײם.

7האָט געהערט עֶבֶד-מֶלֶך דער כּוּשי, אַ מאַן אַ הױפֿדינער װאָס איז געװען אין הױז פֿון מלך, אַז מע האָט יִרמיָהון אַרײַנגעטאָן אין דער גרוב; און דער מלך איז געזעסן אין טױער פֿון בנימין. 8איז עֶבֶד-מֶלֶך אַרױסגעגאַנגען פֿון מלכס הױז, און האָט גערעדט צום מלך, אַזױ צו זאָגן: 9מײַן האַר מלך, שלעכט באַגאַנגען האָבן זיך די דאָזיקע לײַט מיט אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן צו יִרמיָהו הנבֿיא, װאָס זײ האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין גרוב; און ער שטאַרבט אױף זײַן אָרט פֿאַר הונגער; װאָרעם נישטאָ קײן ברױט מער אין שטאָט. 10האָט דער מלך באַפֿױלן עֶבֶד-מֶלֶך דעם כּוּשי, אַזױ צו זאָגן: נעם מיט דיר פֿון דאַנען דרײַסיק מאַן, און זאָלסט אַרױפֿברענגען יִרמיָהו הנבֿיאן פֿון דער גרוב אײדער ער װעט שטאַרבן. 11האָט עֶבֶד-מֶלֶך גענומען די מענטשן מיט זיך, און ער איז געקומען אין הױז פֿון מלך אונטער דער שאַצקאַמער, און האָט פֿון דאָרטן גענומען אַלטע קאָדערס און אַלטע שמאַטעס, און ער האָט זײ אַראָפּגעלאָזט צו יִרמיָהון אין גרוב מיט שטריק. 12און עֶבֶד-מֶלֶך דער כּוּשי האָט געזאָגט צו יִרמיָהון: טו, איך בעט דיך, די אַלטע קאָדרעס און די שמאַטעס אונטער דײַנע אָרעמס אונטער די שטריק. און יִרמיָהו האָט אַזױ געטאָן. 13און זײ האָבן געצױגן יִרמיָהון מיט שטריק, און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט פֿון דער גרוב. און יִרמיָהו איז געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך.

14האָט דער מלך צִדקִיָהו געשיקט און גענומען יִרמיָהו הנבֿיאן צו זיך, צום דריטן אײַנגאַנג װאָס אין הױז פֿון ה׳; און דער מלך האָט געזאָגט צו יִרמיָהון: איך װעל דיך פֿרעגן אַ זאַך; זאָלסט נישט פֿאַרלײקענען פֿון מיר אַ װאָרט. 15האָט יִרמיָהו געזאָגט צו צִדקִיָהון: אַז איך װעל דיר זאָגן װעסטו דאָך טײטן מיך טײטן, און אַז איך װעל דיר געבן אַן עטש, װעסטו נישט צוהערן צו מיר. 16האָט דער מלך צִדקִיָהו געשװאָרן יִרמיָהון אין פֿאַרבאָרגעניש, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס האָט אונדז באַשאַפֿן די דאָזיקע זעל, אױב איך װעל דיך טײטן, און אױב איך װעל דיך איבערגעבן אין דער האַנט פֿון די דאָזיקע לײַט װאָס זוכן דײַן לעבן!

17האָט יִרמיָהו געזאָגט צו צִדקִיָהון: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: אױב אַרױסגײן װעסטו אַרױסגײן צו די האַרן פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, װעט דײַן נפֿש בלײַבן לעבן, און די דאָזיקע שטאָט װעט נישט פֿאַרברענט װערן אין פֿײַער; אי דו װעסט בלײַבן לעבן, אי דײַן הױזגעזינט. 18אױב אָבער װעסט נישט אַרױסגײן צו די האַרן פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, װעט די דאָזיקע שטאָט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים, און זײ װעלן זי פֿאַרברענען אין פֿײַער, און דו װעסט נישט אַנטרונען װערן פֿון זײער האַנט. 19האָט דער מלך צִדקִיָהו געזאָגט צו יִרמיָהון: איך האָב מורא פֿאַר די ייִדן װאָס זײַנען צוגעפֿאַלן צו די כַּשׂדים, מע זאָל מיך נישט איבערגעבן אין זײער האַנט, און זײ װעלן זיך אָנטאָן אָן מיר. 20האָט יִרמיָהו געזאָגט: מע װעט דיך נישט איבערגעבן. הער צו, איך בעט דיך, צו דעם קֹול פֿון ה׳ אין װאָס איך רעד צו דיר, און עס װעט זײַן גוט פֿאַר דיר, און דײַן נפֿש װעט בלײַבן לעבן. 21אױב אָבער דו װילסט נישט אַרױסגײן, איז דאָס דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט מיר געװיזן: 22ערשט אַלע װײַבער װאָס זײַנען געבליבן אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהוּדה, װערן אַרױסגעפֿירט צו די האַרן פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און זײ זאָגן:

דיך אײַנגערעדט און דיך בײַגעקומען
האָבן די גוטע פֿרײַנט דײַנע;
אײַנגעזונקען אין אַ זומפּ זײַנען דײַנע פֿיס –
זײַנען זײ אָפּגעטרעטן אַהינטער.

23און אַלע דײַנע װײַבער און דײַנע קינדער פֿירט מען אַרױס צו די כַּשׂדים, און דו װעסט נישט אַנטרונען װערן פֿון זײער האַנט, נײַערט אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל װעסטו געכאַפּט װערן, און װעסט מאַכן פֿאַרברענען די דאָזיקע שטאָט אין פֿײַער.

24האָט צִדקִיָהו געזאָגט צו יִרמיָהון: זאָל קײן מענטש נישט װיסן פֿון די דאָזיקע װערטער, און װעסט נישט שטאַרבן. 25און אַז די האַרן װעלן הערן אַז איך האָב גערעדט מיט דיר, און זײ װעלן קומען צו דיר און זאָגן צו דיר: זאָג אונדז אַקאָרשט, װאָס האָסטו גערעדט צום מלך; זאָלסט נישט פֿאַרלײקענען פֿון אונדז און מיר װעלן דיך נישט טײטן; און װאָס האָט גערעדט צו דיר דער מלך? 26זאָלסטו זאָגן צו זײ: איך האָב געלאָזט פֿאַלן מײַן געבעט פֿאַרן מלך, מיך נישט אומצוקערן אין יהוֹנָתָנס הױז, צו שטאַרבן דאָרטן. 27זײַנען געקומען אַלע האַרן צו יִרמיָהון, און האָבן אים געפֿרעגט, און ער האָט זײ געזאָגט אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס דער מלך האָט באַפֿױלן, און זײ האָבן אים צו רו געלאָזט, װאָרעם דאָס גערײד איז נישט געהערט געװאָרן. 28און יִרמיָהו איז געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך ביז דעם טאָג װאָס ירושָלַיִם איז באַצװוּנגען געװאָרן. און ער איז דאָרט געװען װען ירושָלַיִם איז באַצװוּנגען געװאָרן.

Brit Chadasha FootnoteActs 28 →

1און נאך דעם ווי מיר זענען געראטעוועט געווארן, האבן מיר זיך דעמאלט דערוואוסט, אז די אינדזל הייסט מעליטא. 2און די בארבארן האבן אונדז ארויסגעוויזן אן אויסערגעוויינלעכע מענטשלעכקייט; ווארום זיי האבן אנגעצונדן א פייער און אונדז אלעמען אויפגענומען צוליב דעם רעגן, וואס האט געהאלטן אין איין פאלן און צוליב דער קעלט. 3און פוילוס האט צונויפגעזאמלט א בינטל ריטער און עס ארויפגעלייגט אויפן פייער, און א שלאנג איז ארויסגעקומען, מחמת דער היץ, און האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין האנט. 4און ווי די בארבארן האבן געזען די חיה הענגען אויף זיין האנט, האבן זיי געזאגט איינער צום אנדערן: דער דאזיקער מענטש איז זיכער א מערדער, וועלכער, הגם ער איז אנטרונען פונם ים, לאזט אים דאך די גערעכטיקייט נישט לעבן. 5ער אבער האט אראפגעשאקלט די חיה אין פייער אריין, און עס האט אים גארנישט געשאדט. 6און זיי האבן דערווארט, אז ער וועט געשוואלן ווערן אדער פלוצלונג אנידערפאלן טויט; ווי אבער זיי האבן לאנג געווארט, און געזען, אז עס געשעט אים נישט קיין שום שלעכטס, האבן זיי געענדערט זייער מיינונג, און געזאגט, אז ער איז א ג-ט.

7און נאענט פון יענעם ארט איז געווען ערד (אייגנטימער), לאנד וואס האט געהערט צום ראש פון דער אינדזל, מיטן נאמען פובליוס; וועלכער האט אונדז אויפגענומען און דריי טעג פריינדלעך באקעסטיקט, 8און פובליוסנס פאטער איז (גראד) געלעגן קראנק אויף א פיבער און דיזענטעריע; צו וועמען פוילוס איז אריינגעגאנגען און מתפלל געווען, און ארויפגעלייגנדיק די הענט אויף אים, האט ער אים געהיילט. 9און ווי דאס דאזיקע איז געשען, זענען אויך די איבריקע חולאים אויף דער אינדזל געקומען, און זיך געלאזט היילן; 10און האבן אונדז צוגעטיילט גרויס כבוד; און ווען מיר זענען אוועקגעפארן, האבן זיי אונדז מיטגעגעבן אלדאס נויטיקע.

11דריי חדשים שפעטער זענען מיר אפגעפארן אין אן אלעקסאנדרינישער שיף, וועלכע האט איבערגעווינטערט אויף דער אינדזל; איר צייכן איז געווען די צווילינג ברידער. 12און מיר זענען געקומען קיין סיראקוס, און זענען דארט פארבלייבן דריי טעג. 13פון דארטן זענען מיר ארומגעפארן און זענען געקומען קיין רעגיום; און איין טאג דערנאך האט זיך אויפגעהויבן א דרום ווינט, און דעם אנדערן טאג זענען מיר געקומען קיין פוטעאלי, 14וואו מיר האבן געפונען ברידער, וועלכע האבן אונדז געבעטן צו בלייבן ביי זיי זיבן טעג, און אזוי זענען מיר געקומען קיין רוים. 15און פון דארטן זענען די ברידער, הערנדיק וועגן אונדז, אונדז אקייגנגעקומען ביז צום אפיוס פארום און טרעסטאבערנע; זעענדיק זיי, האט פוילוס אפגעגעבן א שבח צו ה׳ און זיך געשטארקט.

16און ווען מיר זענען אריינגעקומען קיין רוים, האט מען פוילוסן דערלויבט צו וואוינען אליין מיט דעם זעלנער, וועלכער האט אים באוואכט.

17און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האט ער צונויפגערופן די, וועלכע זענען געווען די חשובסטע צווישן די יידן; און ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האט ער צו זיי געזאגט: ברידער, הגם איך האב גארנישט געטאן קעגן אונדזער פאלק אדער די מנהגים פון אונדזערע אבות, בין איך דאך איבערגעגעבן געווארן ווי א געפאנגענער פון ירושלים צו די רוימער אין די הענט אריין, 18וועלכע, נאך דעם ווי זיי האבן מיך חוקר געווען, האבן געוואלט מיך אפלאזן, ווייל עס אין מיר נישט געווען קיין טויט שולד. 19נאר אזויווי די יידן האבן זיך אקייגנגעשטעלט, בין איך געווען געצוואונגען צו אפעלירן צום קיסר; נישט ווי איך וואלט געהאט עפעס וואס אנצוקלאגן מיין פאלק. 20און צוליב דער דאזיקער סיבה האב איך אייך גערופן, כדי אייך צו זען און צו אייך צו רעדן, ווארום וועגן דער האפענונג פון ישראל בין איך געבונדן מיט דער דאזיקער קייט. 21און זיי האבן צו אים געזאגט: נישט מיר האבן דערהאלטן בריוו פונם (לאנד) יהודה וועגן דיר, נישט איז עמיצער פון די ברידער געקומען, וועלכער האט דערציילט אדער געזאגט עפעס שלעכטס אויף דיר. 22מיר ווילן אבער הערן פון דיר, וואס דו דענקסט; ווארום וואס שייך דער דאזיקער כיתה, איז אונדז באקאנט, אז אומעטום רעדט מען קעגן איר.

23און נאך דעם ווי זיי האבן אים באשטימט א טאג, זענען זיי געקומען צו אים אין גאסטהויז אריין אין גרעסערער צאל; וועמען ער האט דערקלערט, עדות זאגנדיק וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און אויפווייזנדיק וועגן יהושען/ישוען פון תורת משה און פון די נביאים, פון אינדערסרי ביז אין אוונט. 24און א טייל האבן זיך געלאזט איבערצייגן פון דעם געזאגטן, אנדערע אבער האבן נישט געגלויבט. 25און אזויווי זיי זענען נישט געווען איינשטימיק צווישן זיך, זענען זיי אוועקגעגאנגען, נאך דעם ווי פוילוס האט נאך געזאגט איין ווארט: גוט האט דער רוח הקודש גערעדט דורך דעם נביא ישעיה צו אייערע עלטערן, אזוי צו זאגן:

26גיי צו דעם דאזיקן פאלק און זאג:

מיטן געהער וועט איר הערן
און נישט משיג זיין;
און קוקנדיק וועט איר קוקן
און נישט זען;
27ווייל פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק,
און מיט די אויערן הערן זיי שווער,
און די אויגן זייערע האבן זיי געשלאסן,
טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן,
און מיט די אויערן געהערט,
און וואלטן פארשטאנען מיטן הארצן
און תשובה געטאן (צו דרך ה׳),
און איך וואלט זיי געהיילט.
(ישעיהו ו, ט-י.)

28דעריבער זייט וויסן, אז די דאזיקע ישועה פון ה׳ ווערט געשיקט צו די אומות העולם; און זיי וועלן (זי) הערן. 29(און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען די יידן אוועקגעגאנגען, האלטנדיק א גרויסן וויכוח צווישן זיך.)

30און ער איז פארבלייבן גאנצע צוויי יאר אין זיין אייגענער געדונגענער דירה, און אויפגענומען אלע, וואס זענען אריינגעקומען צו אים, 31האט אויסגערופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געלערנט פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח גאנץ אפן, פון קיינעם נישט געשטערט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 37Jeremiah 39 ►