1אײן און צװאַנציק יאָר איז צִדקִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם; און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חַמוטַל די טאָכטער פֿון יִרמיָהון פֿון לִבֿנָה. 2און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס יהוֹיָקים האָט געטאָן. 3װאָרעם פֿון װעגן דעם צאָרן[1] פֿון ה׳ איז דאָס געשען אין ירושָלַיִם און יהוּדה, ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים.
און צִדקִיָהו האָט װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון בָבֿל. 4און עס איז געװען אין נײַנטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, אין צענטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, איז געקומען נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל, ער מיט זײַן גאַנצן חיל, אױף ירושָלַיִם, און זײ האָבן געלעגערט אױף איר, און געבױט אַ באַלעגערומױער רונד אַרום איר. 5און די שטאָט איז געװען אין באַלעגערונג ביזן עלפֿטן יאָר פֿון מלך צִדקִיָהון. 6אין פֿירטן חודש, אין נײַנטן טאָג פֿון חודש, האָט זיך געשטאַרקט דער הונגער אין שטאָט, און עס איז נישט געװען קײן ברױט פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד. 7איז אײַנגעבראָכן געװאָרן די שטאָט; און אַלע מלחמה-לײַט זײַנען אַנטלאָפֿן, און זײַנען אַרױס פֿון שטאָט בײַ נאַכט דורך דעם טױער צװישן די צװײ מױערן װאָס בײַם מלכס גאָרטן – און די כַּשׂדים זײַנען געװען בײַן שטאָט רונד אַרום – און זײ זײַנען אַװעק מיטן װעג פֿון פּלױן. 8האָט דער חיל פֿון די כַּשׂדים נאָכגעיאָגט דעם מלך, און זײ האָבן אָנגעיאָגט צִדקִיָהון אין די פּלױנען פֿון יריחוֹ; און זײַן גאַנצער חיל איז זיך צעלאָפֿן פֿון אים. 9און זײ האָבן געכאַפּט דעם מלך, און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט צו דעם מלך פֿון בָבֿל קײן רִבֿלָה אין לאַנד חַמָת; און ער האָט אַרױסגעזאָגט אױף אים אַ משפּט. 10און דער מלך פֿון בָבֿל האָט געשאָכטן די זין פֿון צִדקִיָהו פֿאַר זײַנע אױגן; און אױך אַלע האַרן פֿון יהוּדה האָט ער געשאָכטן אין רִבֿלָה. 11און צִדקִיָהוס אױגן האָט ער בלינד געמאַכט, און האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן; און דער מלך פֿון בָבֿל האָט אים געבראַכט קײן בָבֿל, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין װאַכהױז ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט.
12און אין פֿינפֿטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש – דאָס איז דאָס נײַנצנטע יאָר פֿון מלך נבֿוכַדרֶאצַר, דעם מלך פֿון בָבֿל – איז געקומען נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל, װאָס איז געשטאַנען פֿאַר דעם מלך פֿון בָבֿל אין ירושָלַיִם. 13און ער האָט פֿאַרברענט דאָס הױז פֿון ה׳, און דעם מלכס הױז; און אַלע הײַזער פֿון ירושָלַיִם, װוּ נאָר אַ הױז פֿון אַ גרױסן מאַן, האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער. 14און אַלע מױערן פֿון ירושָלַיִם רונד אַרום האָט דער גאַנצער חיל פֿון די כַּשׂדים װאָס מיט דעם הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל אײַנגעװאָרפֿן. 15און פֿון די אָרימע פֿון פֿאָלק און דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן אין שטאָט, און די צוגעפֿאַלענע װאָס זײַנען צוגעפֿאַלן צו דעם מלך פֿון בָבֿל, און דעם רעשט פֿון די מײַנסטער, האָט נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל פֿאַרטריבן. 16אָבער פֿון די אָרימע פֿון לאַנד האָט נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל איבערגעלאָזט פֿאַר װײַנגערטנירער און פֿאַר אַקערלײַט.
17און די קופּערנע זײַלן װאָס אין הױז פֿון ה׳, און די געשטעלן, און דעם קופּערנעם ים װאָס אין הױז פֿון ה׳, האָבן די כַּשׂדים צעבראָכן, און האָבן אַװעקגעטראָגן זײער גאַנצע קופּער קײן בָבֿל. 18אױך די טעפּ, און די שופֿלען, און די שנײַצמעסערס, און די שפּרענגבעקנס, און די שאָלן, און אַלע קופּערנע כּלים װאָס מע פֿלעגט דינען מיט זײ, האָבן זײ צוגענומען. און די בעקנס, און די פֿײַערפֿאַנען, און די שפּרענגבעקנס, און די טעפּ, און די מנוֹרות, און די שאָלן, און די שיסלען, װאָס גאָלד, גאָלד, און װאָס זילבער, זילבער, האָט דער הױפּט פֿון לײַב-חיל צוגענומען. 19און די בעקנס, און די פֿײַערפֿאַנען, און די שפּרענגבעקנס, און די טעפּ, און די מנוֹרות, און די שאָלן, און די שיסלען, װאָס גאָלד, גאָלד, און װאָס זילבער, זילבער, האָט דער הױפּט פֿון לײַב-כֵל צוגענומען. 20די צװײ זײַלן, דער אײן ים, און די צװעלף קופּערנע רינדער װאָס אונטער די געשטעלן, װאָס שלמה המלך האָט געמאַכט פֿאַרן הױז פֿון ה׳ – דאָס קופּער פֿון אַלע די דאָזיקע כּלים איז נישט געװען אָפּצוּװעגן. 21און די זײַלן: אַכצן אײלן איז געװען די הײך פֿון אײן זײַל, און אַ פֿאָדעם פֿון צװעלף אײַלן האָט אים אַרומגערינגלט, און זײַן גרעב איז געװען פֿיר פֿינגער; הױל אינעװײניק. 22און אַ קרױן איז געװען אױף אים פֿון קופּער; און די הײך פֿון אײן זײַל איז געװען פֿינף אײַלן, מיט אַ נעצװערק און מילגרױמען אױף דער קרױן רונד אַרום, אַלצדינג פֿון קופּער; און אַזױ װי די דאָזיקע אױפֿן צװײטן זײַל, מיט מילגרױמען. 23און די מילגרױמען זײַנען געװען זעקס און נײַנציק צו דערױסן צו; אַלע מילגרױמען אױפֿן נעצװערק רונד אַרום זײַנען געװען הונדערט.
24און דער הױפּט פֿון דעם לײַב-כֵל האָט גענומען שׂרָיָה דעם אײבער-כּהן, און צפַֿניָה דעם צװײטן כּהן, און די דרײַ שװעלהיטער; 25און פֿון דער שטאָט האָט ער גענומען אײן הױפֿדינער װאָס איז געװען דער אױפֿזעער איבער די מלחמה-לײַט, און זיבן מענער פֿון די װאָס פֿלעגן זען דעם מלכס פּנים, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט, און דעם שרײַבער פֿון דעם כֵל-לידער, װאָס פֿלעגט אױפֿנעמען אין חיל דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד, און זעכציק מאַן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט. 26און נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט זײ גענומען, און האָט זײ אַװעקגעפֿירט צום מלך פֿון בָבֿל קײן רִבֿלָה. 27און דער מלך פֿון בָבֿל האָט זײ געשלאָגן און זײ געטײט אין רִבֿלָה אין לאַנד חַמָת. אַזױ איז יהוּדה אין גלות אַװעק פֿון זײַן לאַנד.
28דאָס איז דאָס פֿאָלק װאָס נבֿוכַדרֶאצַר האָט פֿאַרטריבן: אין זיבעטן יאָר, יהודים דרײַ טױזנט און דרײַ און צװאַנציק; 29אין אַכצענטן יאָר פֿון נבֿוכַדרֶאצַרן, פֿון ירושָלַיִם אַכט הונדערט און צװײ און דרײַסיק נפֿשות; 30אין דרײַ און צװאַנציקסטן יאָר פֿון נבֿוכַדרֶאצַרן האָט נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל פֿאַרטריבן יהודים זיבן הונדערט און פֿינף און פֿערציק נפֿשות; אַלע נפֿשות, פֿיר טױזנט און זעקס הונדערט.
31און עס איז געװען אין זיבן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון דעם גלות פֿון יהוֹיָכין דעם מלך פֿון יהוּדה, אין צװעלפֿטן חודש, אין פֿינף און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, האָט אֶוִיל-מרודַך דער מלך פֿון בָבֿל, אין דעם יאָר װאָס ער איז געװאָרן מלך, אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ פֿון יהוֹיָכין דעם מלך פֿון יהוּדה, און האָט אים אַרױסגעצױגן פֿון תּפֿיסה. 32און ער האָט גערעדט צו אים פֿרײַנטלעך, און האָט געשטעלט זײַן שטול איבער די שטולן פֿון די מלכים װאָס בײַ אים אין בָבֿל. 33און ער האָט אומגעביטן זײַנע תּפֿיסה-קלײדער; און ער האָט געגעסן בײַ אים ברױט תּמיד, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן. 34און זײַן אױסקומעניש, אַ שטענדיקע אױסקומעניש, איז אים געגעבן געװאָרן פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל טאָגטעגלעך ביז צום טאָג פֿון זײַן טױט, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן.