AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Hosea 10
◄ Hosea 9
Hosea 10
הוֹשֵעַ 10
Hosea 11 ►
1אַ פֿרוכטבאַר װײַנשטאָק איז יִשׂרָאֵל געװען,
זײַן פֿרוכט פֿלעגט אַ װערדע האָבן;
איז, װאָס מערער זײַן פֿרוכט, האָט ער מזבחות געמערט,
װאָס שענער זײַן לאַנד, האָבן זײ שענערע זײַלשטײנער געמאַכט.
2זײער האַרץ איז צעטײלט;
אַצונד װעלן זײ זײער שולד לײַדן;
ער װעט צעברעכן זײערע מזבחות,
ער װעט פֿאַרװיסטן זײערע זײַלשטײנער.
3פֿאַר װאָר, אַצונד װעלן זײ זאָגן:
נישטאָ קײן מלך בײַ אונדז,
װײַל מיר האָבן נישט מורא געהאַט פֿאַר ה׳;
און דער מלך, װאָס קען טאָן פֿאַר אונדז?
4זײ רעדן גערײדן,
שװערן פֿאַלש, שליסן {כרת}[1] אַ ברית,
אָבער דער משפּט װעט שפּראָצן װי ביטערקרױט
אױף די בײַטן פֿון פֿעלד.
5אום די קעלבער פֿון בֵית-אָוֶן
װעלן אַנגסטן די װױנער פֿון שוֹמרוֹן;
װאָרעם זײַן פֿאָלק טוט אױף אים טרױערן,
און זײַנע פּריסטער װעלן ציטערן װעגן אים,
װעגן זײַן כּבֿוד װאָס איז אַװעק פֿון אים.
6אים אױך װעט מען קײן אשור אַװעקפֿירן,
אַ מתּנה צום מלך שטרײטער;
שאַנד װעט קריגן אפֿרים,
און יִשׂרָאֵל װעט זיך שעמען מיט זײַן באַראָט.
7פֿאַרשניטן װערט דער מלך פֿון שוֹמרוֹן,
אַזױ װי צװײַגל אױפֿן װאַסער.
8און פֿאַרטיליקט װערן װעלן
די בָמות פֿון אָוֶן, די זינד פֿון יִשׂרָאֵל;
דערנער און װילדגעװעקס װעלן אױפֿגײן אױף זײערע מזבחות
און זײ װעלן זאָגן צו די בערג: דעקט אונדז צו!
און צו די הײכן: פֿאַלט אױף אונדז אַרױף!
9מער װי אין די טעג פֿון גִבֿעָה
האָסטו געזינדיקט, יִשׂרָאֵל;
דאָרט האָט מען זיך אַקעגנגעשטעלט;
פֿאַר זײ אָבער װעט נישט קלעקן
אַ מלחמה װי אין גִבֿעָה אַקעגן די פֿאַרברעכער.
10װען איך טו באַגערן, װעל איך זײ שטראָפֿן,
און פֿעלקער װעלן זיך אײַנזאַמלען קעגן זײ,
װען מע שפּאַנט זײ אין זײערע צװײ יאָכרינגען.
11און אפֿרים איז אַ קאַלב אַ געניטס,
צו דרעשן האָט עס ליב;
אָבער איך בין אַריבערגעגאַנגען איבער איר פֿעטן האַלדז:
איך װעל אײַנשפּאַנען אפֿרים,
אַקערן זאָל יהוּדה,
בראָנעװען זאָל יעקבֿ.
12זײַט אײַך פֿאַר גערעכטיקײט,
װעט איר שנײַדן לױט גענאָד;
אַקערט אײַך אַן אַקער,
װאָרעם עס איז צײַט צו זוכן ה׳,
ביז ער װעט קומען און רעגענען אױף אײַך גערעכטיקײט.
13איר האָט געאַקערט שלעכטס,
האָט איר אומרעכט געשניטן,
האָט איר געגעסן די פֿרוכט פֿון ליגן;
װאָרעם האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן װעג,
אױף די פֿיל גיבוֹרים דײַנע.
14דערום װעט אױפֿשטײן אַ חורבֿן אױף דײַנע מחנות,
און אַלע דײַנע פֿעסטונגען װעלן פֿאַרװיסט װערן,
װי שַלמַן האָט פֿאַרװיסט בֵית-אַרבֵאל, אין טאָג פֿון מלחמה –
מוטערס מיט קינדער זײַנען צעהאַקט געװאָרן.
15אַזױ האָט געטאָן צו אײַך, בֵית-אֵל,
פֿון װעגן אײַער בײזער שלעכטיקײט;
אין אַ פֿרימאָרגן פֿאַרשניטן װערט פֿאַרשניטן
דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteGalatians 6 →

1ברידער, ווען אפילו א מענטש ווערט געכאפט אין עפעס אן עבירה, זאלט איר, די אנשי הרוח, אזעלכן ווידער אויפשטעלן אין א גייסט פון ענווה; אכטונג געבנדיק אויף דיר אליין, טאמער וועסטו אויך קומען צו א נסיון. 2טראגט איינער דעם אנדערנס לאסטן, און אויף אזא אופן וועט איר מקיים זיין די תורה פון דעם משיח. 3ווארום אויב עמיצער מיינט, אז ער איז עפעס, ווען ער איז גארנישט, באטריגט ער זיך אליין. 4נאר זאל יעדער איינער אויספרובירן זיין אייגן טאן, און דעמאלט וועט ער האבן דעם רום בלויז פאר זיך אליין, און נישט קעגן דעם אנדערן. 5ווארום יעדער איינער וועט טראגן זיין אייגענע משא.

6דער, וועלכער ווערט געלערנט אין ווארט, זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס לערנט אים. 7נארט זיך נישט אליין אפ; ה׳ לאזט נישט אפשפאטן פון זיך; ווארום וואס א מענטש וועט נאר זייען, דאס דאזיקע וועט ער אויך שניידן. 8ווייל דער, וועלכער זייעט אויף זיין פלייש, וועט פון דעם פלייש שניידן פארדארבונג; דער אבער, וועלכער זייעט אויף דעם גייסט, וועט פון דעם גייסט שניידן אייביק לעבן. 9לאמיר נישט ווערן מיד צו טאן גוטס; ווארום מיר וועלן שניידן אין דער געהעריקער צייט, אויב מיר וועלן נישט מאט ווערן. 10דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה.

11זעט מיט וואס פאר א גרויסע אותיות איך האב געשריבן צו אייך מיט מיין (אייגענער) האנט. 12אלע, וואס ווילן מאכן א שיין פנים אינם פלייש, צווינגען אייך זיך צו לאזן מל זיין; בלויז כדי זיי זאלן נישט גערודפט ווערן פארן בוים פון משיח. 13ווארום אפילו די געמלטע אליין היטן נישט אפ די געזעץ (פון תרי״ג פארדינען זיך זכות); נאר זיי ווילן, אז איר זאלט זיך מל זיין, כדי זיי זאלן זיך בארימען מיט אייער פלייש. 14פאר מיר אבער חלילה זאל עס זיין זיך צו בארימען, אחוץ מיט דעם בוים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, דורך וועלכן די עולם הזה איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן צו מיר, און איך צו דער עולם הזה. 15ווארום נישט מילה נישט ערלה איז עפעס, נאר א נייע באשאפונג. 16און וויפל עס וועלן לעבן לויט דעם דאזיקן כלל, שלום אויף זיי און רחמים, און אויף דעם ישראל פון ה׳.

17איבריקנס זאל מיר קיינער (מער נישט) פארשאפן קיין מידיקייט, ווארום איך טראג אין מיין גוף די צייכנס פון דעם (האר) יהושע/ישוע.

18דער חסד פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח (זאל זיין) מיט אייער גייסט, ברידער. אמן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Hosea 9Hosea 11 ►