1הערט דאָס צו, איר כּהנים,
און פֿאַרנעמט, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל,
און איר הױז פֿון מלך, לײגט צו דאָס אױער,
װאָרעם אױף אײַך איז אַ משפּט פֿאַראַן,
װײַל אַ פּאַסטקע זײַט איר געװען פֿאַר מִצפָּה,
און אַן אױסגעשפּרײטע נעץ אױף תָּבֿוֹר.
2און די אָפּקערער זײַנען אין שעכטן פֿאַרטיפֿט,
און איך בין געװען אַ שטראָף {מוסר}
[1] בײַ זײ אַלעמען.
3איך קען אפֿרים,
און יִשׂרָאֵל איז נישט פֿאַרהױלן פֿון מיר;
װאָרעם אַצונד האָסטו מזַנה געװען, אפֿרים,
פֿאַראומרײניקט געװאָרן איז יִשׂרָאֵל.
4זײערע מעשׂים לאָזן זײ נישט
זיך אומצוקערן צו זײער ג-ט,
װאָרעם אַ גײַסט פֿון זנות איז אין זײ,
און ה׳ קענען זײ נישט.
5און דער שטאָלץ פֿון יִשׂרָאֵל װעט דערשׁפּאַַלט װערן פֿאַר זײַן פּנים,
און יִשׂרָאֵל און אפֿרים װעלן געשטרױכלט װערן דורך זײער זינד,
אױך יהוּדה טוט שטרױכלען מיט זײ.
6מיט זײערע שאָף און מיט זײערע רינדער
װעלן זײ גײן זוכן ה׳,
אָבער זײ װעלן נישט געפֿינען –
ער האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון זײ.
7זײ האָבן אָן ה׳ געפֿעלשט,
װאָרעם פֿרעמדע קינדער האָבן זײ געבאָרן;
אַצונד װעט זײ אַ חודש פֿאַרצערן מיט זײערע פֿעלדער.
8בלאָזט אַ שופֿר אין גִבֿעָה, אַ טרומײטער אין רָמָה;
שאַלט אין בֵית-אָוֶן: קוק זיך אום, בנימין!
9אפֿרים װעט צו װיסט װערן אין טאָג פֿון שטראָף;
אין די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל טו איך עס צו װיסן אױף זיכער.
10די האַרן פֿון יהוּדה זײַנען װי גרענעצפֿאַרכאַפּער,
אױף זײ װעל איך אױסגיסן װי װאַסער מײַן צאָרן.
11געדריקט װערט אפֿרים, צעבראָכן פֿון משפּט,
װײַל ער איז װילנדיק געגאַנגען נאָך געבאָט.
12און איך בין װי אַ מילב צו אפֿרים,
און װי אַ פֿױלונג צו דעם הױז פֿון יהוּדה.
13און אפֿרים האָט געזען זײַן קראַנקשאַפֿט,
און יהוּדה זײַן װוּנד;
איז אפֿרים געגאַנגען צו אשור,
און האָט געשיקט צום מלך יָרֵב;
אָבער ער קען אײַך נישט הײלן {רפא},
[2]
און ער װעט נישט אָפּטאָן פֿון אײַך די װוּנד.
14װאָרעם איך װעל זײַן װי אַ לײב צו אפֿרים,
און װי אַ יונגלײב צום הױז פֿון יהוּדה;
איך, איך װעל פֿאַרצוקן און אַװעקגײן,
אַװעקטראָגן, און קײנער װעט נישט מציל זײַן.
15איך װעל גײן, איך װעל זיך אומקערן צו מײַן אָרט,
ביז זײ װעלן זיך שפּירן שולדיקן,
און זוכן מײַן פּנים;
אין זײער נױט װעלן זײ מיך פֿאָרשן.