1אַז יִשׂרָאֵל איז יונג געװען האָב איך אים ליב געהאַט,
און פֿון מִצרַיִם האָב איך גערופֿן מײַן זון.
[1]
2װי זײ האָבן גערופֿן צו זײ,
אַזױ זײַנען זײ אַװעק פֿון זײ;
צו די בַעַל-געטער האָבן זײ געשלאַכט,
און צו די געצן האָבן זײ גערײכערט.
3און איך האָב געלערנט גײן אפֿרים,
זײ פֿאַר זײערע אָרעמס גענומען,
אָבער זײ האָבן נישט געמערקט
אַז איך האָב זײ געװאַלט הײלן {רפא}.
[2]
4מיט מענטשלעכע שטריק האָב איך זײ צוגעצױגן,
מיט שנורן פֿון ליבשאַפֿט,
און איך בין זײ געװען
װי די אַראָפּנעמער פֿון דעם יאָך אױף זײערע קינבאַקן:
און עסן פֿלעג איך אים דערלאַנגען.
5ער װעט זיך נישט אומקערן קײן לאַנד מִצרַיִם,
אָבער אשור, ער װעט זײַן מלך זײַן,
װײַל זײ האָבן נישט געװאָלט צוריקקערן.
6און אַ שװערד װעט פֿאַלן אין זײַנע שטעט,
און װעט פֿאַרלענדן זײַנע ריגלען און פֿאַרצערן,
פֿון װעגן זײערע באַראָטונגען.
7און מײַן פֿאָלק קװענקלט זיך אומצוקערן צו מיר,
און מע רופֿט אים צו דער הײך,
אָבער ער טוט זיך נישט דערהײבן.
8װי קען איך דיך איבערגעבן, אפֿרים?
דיך איבערענטפֿערן, יִשׂרָאֵל?
װי קען איך דיך מאַכן װי אַדמָה?
דיך לאָזן װערן װי צבֿואים?
מײַן האַרץ קערט זיך אום אין מיר,
מײַן גאַנצע רחמנות צינדט זיך אָן.
9איך װעל נישט אױספֿירן מײַן גרימצאָרן,
איך װעל מער נישט אומברענגען אפֿרים;
װאָרעם אֵל בין איך און נישט אַ מענטש –
דער הײליקער צװישן דיר –
און איך װעל נישט קומען מיט צאָרן.
10נאָך ה׳ װעלן זײ גײן –
אַזױ װי אַ לײב װעט ער ברילן;
יאָ, ער װעט ברילן,
און די קינדער װעלן אײַלן פֿון מערבֿ.
11זײ װעלן אײַלן װי אַ פֿױגל, פֿון מִצרַיִם,
און װי אַ טױב, פֿון לאַנד אשור,
און איך װעל זײ באַזעצן אין זײערע הײַזער,
זאָגט ה׳.