AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 95
◄ Psalms 94
Psalms 95
תְּהִלִּים 95
Psalms 96 ►
1קומט, לאָמיר זינגען צו ה׳,
לאָמיר שאַלן צום פֿעלדז פֿון אונדזער הילף.
2לאָמיר קומען פֿאַר זײַן פּנים מיט דאַנק,
מיט געזאַנגען לאָמיר שאַלן צו אים.
3װאָרעם אַ גרױסער אֵל איז ה׳,
און אַ גרױסער מלך איבער אַלע ג‑טער,
4װאָס אין זײַן האַנט זײַנען די גרונטן פֿון דער ערד,
און די הײכן פֿון די בערג זײַנען זײַנע;
5װאָס דער ים איז זײַנער, און ער האָט אים געמאַכט;
און די יבשה האָבן געפֿורעמט זײַנע הענט.
6קומט, לאָמיר זיך בוקן און בײגן,
לאָמיר קניִען פֿאַר ה׳ אונדזער באַשעפֿער.
7װאָרעם ער איז אלוקינו,
און מיר דאָס פֿאָלק פֿון זײַן פֿיטערונג,
און די שאָף פֿון זײַן האַנט;
װען איר װאָלט הײַנט צוהערן צו זײַן קֹול!
8מאַכט נישט האַרט אײַער האַרץ װי בײַ מריבֿה,
װי אין טאָג פֿון מַסָה אין דער מדבר,
9בעת אײַערע עלטערן האָבן מיך געפּרוּװט,
מיך פּראָבירט, הגם זײ האָבן געזען מײַן װערק.
10פֿערציק יאָר האָב איך מיך געעקלט מיטן דור,
און האָב געזאָגט: אַ פֿאָלק מיט פֿאַרפֿירטע הערצער זײַנען זײ,
און זײ װײסן נישט מײַנע װעגן;
11װאָס דערום האָב איך געשװאָרן אין מײַן צאָרן,
אױב זײ װעלן קומען אין מײַן רוּונג!
Brit Chadasha FootnoteHebrews 3 →

1דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען, 2וואס איז געווען געטריי צו אים, וועלכער האט אים באשטימט, פונקט ווי אויך משה אין זיין גאנץ הויז. 3ווארום ער איז ראוי געווען אויף מער כבוד ווי משה, פונקט ווי דער, וואס האט געבויט א הויז, האט מער כבוד ווי דאס הויז אליין. 4ווארום יעדעס הויז איז פון עמיצן געבויט געווארן, אבער דער, וואס האט אלץ געבויט איז ה׳. 5און משה איז טאקע געווען געטריי אין זיין גאנץ הויז ווי א דינער, פאר אן עדות פון די זאכן, וואס האבן געזאלט גערעדט ווערן; 6אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף. 7דעריבער, אזוי ווי דער רוח הקודש זאגט:

היינט, אויב איר וועט הערן זיין קול,
8זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה,
אין דעם טאג פון אויספרואוון אין דער מדבר,
9וואו אייערע אבות האבן מיך אויסגעפרואווט מיט נסיונות
און געזען מיינע מעשים פערציק יאר לאנג.
10דעריבער האב איך געצארנט אויף דעם דאזיקן דור,
און געזאגט: תמיד גייען זיי ארום מיט טועה אינם הארץ,
און האבן נישט געקענט מיינע וועגן;
11אזוי האב איך געשוואוירן אין מיין צארן,
אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה אריין.
(תהלים צה, ז-יא.)

12גיט זשע אכטונג, ברידער, טאמער איז פאראן אין איינעם פון אייך א בייז און אומגלויביק הארץ, אפפאלן פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; 13נאר זייט מזהיר איינער דעם אנדערן יעדן טאג כל זמן עס הייסט נאך היום (היינט), כדי קיין איינער פון אייך זאל נישט פארהארטעוועט ווערן דורך דער פארפירערישקייט פון דער זינד; 14ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף; 15אזוי ווי עס איז געזאגט געווארן:

היינט אויב איר וועט הערן זיין קול,
זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה.

16ווארום ווער זענען די, וואס האבן געהערט און האבן געקריגט? צי דען נישט אלע, וואס זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים דורך משהן? 17און קעגן וועמען האט ער געצארנט פערציק יאר לאנג? צי דען נישט קעגן די, וואס האבן געזינדיקט, וועמעס פגרים זענען געפאלן אין דער מדבר? 18און צו וועמען האט ער געשוואוירן, אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין זיין מנוחה, אויב נישט צו די ווידערשפעניקע? 19און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 94Psalms 96 ►