1דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען, 2וואס איז געווען געטריי צו אים, וועלכער האט אים באשטימט, פונקט ווי אויך משה אין זיין גאנץ הויז. 3ווארום ער איז ראוי געווען אויף מער כבוד ווי משה, פונקט ווי דער, וואס האט געבויט א הויז, האט מער כבוד ווי דאס הויז אליין. 4ווארום יעדעס הויז איז פון עמיצן געבויט געווארן, אבער דער, וואס האט אלץ געבויט איז ה׳. 5און משה איז טאקע געווען געטריי אין זיין גאנץ הויז ווי א דינער, פאר אן עדות פון די זאכן, וואס האבן געזאלט גערעדט ווערן; 6אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף. 7דעריבער, אזוי ווי דער רוח הקודש זאגט:
12גיט זשע אכטונג, ברידער, טאמער איז פאראן אין איינעם פון אייך א בייז און אומגלויביק הארץ, אפפאלן פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; 13נאר זייט מזהיר איינער דעם אנדערן יעדן טאג כל זמן עס הייסט נאך היום (היינט), כדי קיין איינער פון אייך זאל נישט פארהארטעוועט ווערן דורך דער פארפירערישקייט פון דער זינד; 14ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף; 15אזוי ווי עס איז געזאגט געווארן:
16ווארום ווער זענען די, וואס האבן געהערט און האבן געקריגט? צי דען נישט אלע, וואס זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים דורך משהן? 17און קעגן וועמען האט ער געצארנט פערציק יאר לאנג? צי דען נישט קעגן די, וואס האבן געזינדיקט, וועמעס פגרים זענען געפאלן אין דער מדבר? 18און צו וועמען האט ער געשוואוירן, אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין זיין מנוחה, אויב נישט צו די ווידערשפעניקע? 19און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען.