AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 101
◄ Psalms 100
Psalms 101
תְּהִלִּים 101
Psalms 102 ►
1אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
1 גענאָד און גערעכטיקײט װעל איך באַזינגען,
צו דיר ה׳ װעל איך זינגען.
2איך אַכט אױפֿן ערלעכן װעג;
װען װעסטו קומען צו מיר?
איך גײ אום אין מײַן הױז
אין דער ערלעכקײט פֿון מײַן האַרצן.
3איך האַלט נישט פֿאַר מײַנע אױגן
אַ נידערטרעכטיקע זאַך;
דאָס טאָן פֿון די אָפּקערערס האָב איך פֿײַנט,
עס טוט זיך נישט באַהעפֿטן אָן מיר.
4אַ קרום האַרץ איז אָפּגעטאָן פֿון מיר,
פֿון שלעכטיקײט װײס איך נישט.
5דער װאָס באַרעדט אין פֿאַרבאָרגעניש זײַן חבֿר,
אים האַק איך אָפּ;
דער װאָס האָט האָפֿערדיקע אױגן און אַ שטאָלץ האַרץ,
אים קען איך נישט לײַדן.
6מײַנע אױגן זײַנען אױף די געטרײַע פֿון לאַנד,
זײ זאָלן זיצן מיט מיר;
דער װאָס גײט אױפֿן װעג פֿון ערלעכקײט,
ער איז אין מײַן דינסט.
7אין מײַן הױז טאָר נישט זיצן
דער װאָס באַגײט באַטרוג; דער װאָס רעדט ליגנס
דער װאָס רעדט ליגנס
קען נישט באַשטײן פֿאַר מײַנע אױגן.
8אַלע פֿרימאָרגן פֿאַרשנײַד איך
אַלע רשעים פֿון לאַנד,
כּדי צו פֿאַרשנײַדן {כרת}[1] פֿון ה׳ס שטאָט
אַלע טוער פֿון אומרעכט.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 100Psalms 102 ►