1און חנה האָט מתפּלל געװען, און האָט געזאָגט:
11און אֶלקָנָה איז אַװעק קײן רָמָה צו זײַן הױז. און דער ייִנגל האָט געדינט ה׳ לעבן עלי דעם כּהן.
12און עליס זין זײַנען געװען נידערטרעכטיקע יונגען, זײ האָבן נישט געװאָלט װיסן פֿון ה׳. 13און דער שטײגער פֿון די כּהנים מיטן פֿאָלק איז געװען: װער נאָר עמעצער עס האָט געשלאַכט אַ שלאַכטאָפּפֿער, אַזױ פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג, װי מע האָט געקאָכט דאָס פֿלײש מיטן דרײַצײניקן גאָפּל אין זײַן האַנט. 14און פֿלעגט אַרײַנשטעכן אין בעקן אָדער אין פֿאַן אָדער אין קעסל אָדער אין טאָפּ; װאָס נאָר דער גאָפּל האָט אַרױפֿגעבראַכט, האָט דער כּהן צוגענומען דערמיט. אַזױ פֿלעגן זײ טאָן צו גאַנץ יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געקומען אַהין קײן שילוֹ. 15נאָך אײדער מען האָט געדעמפֿט דאָס פֿעטס, פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג, און זאָגן צו דעם מאַן װאָס האָט געשלאַכט: גיב פֿלײש צום בראָטן פֿאַרן כּהן, װאָרעם ער װיל נישט נעמען פֿון דיר געקאָכט פֿלײש, נײַערט רױ. 16און אַז דער מאַן האָט צו אים געזאָגט: דעמפֿן זאָל מען אַקאָרשט דעמפֿן דאָס פֿעטס, און נעם דיר װי דײַן האַרץ געלוסט, אַזױ פֿלעגט ער זאָגן: נײן, דװקא איצט מוזטו געבן, אַניט נעם איך מיט געװאַלט. 17און די זינד פֿון די יונגען איז געװען זײער גרױס פֿאַר ה׳, װאָרעם די מענטשן האָבן מבֿזה געװען דעם מִנְחָה פֿון ה׳.
18און שמוּאֵל איז געװען אַ דינער פֿאַר ה׳, אַ ייִנגל אָנגעגורט אין אַ לײנענעם אֵפֿוֹד. 19און אַ קלײן מאַנטעלע פֿלעגט אים זײַן מוטער מאַכן, און אים אַרױפֿברענגען פֿון יאָר צו יאָר, װען זי איז אַרױפֿגעקומען מיט איר מאַן צו שלאַכטן דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון יאָר. 20און עלי פֿלעגט בענטשן אֶלקָנָהן און זײַן װײַב, און זאָגן: זאָל דיר ה׳ באַשערן זאָמען פֿון דער דאָזיקער װײַב פֿאַר דער אַנטלײַונג װאָס איז אַנטלײַען געװאָרן צו ה׳. און זײ פֿלעגן גײן אַהײם. 21האָט אױך ה׳ געדאַכט אָן חנהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און זי האָט געבאָרן דרײַ זין און צװײ טעכטער. און דער ייִנגל שמוּאֵל איז אױפֿגעװאַקסן בײַ ה׳.
22און עלי איז געװען זײער אַלט; און ער האָט געהערט אַלץ װאָס זײַנע זין טוען צו גאַנץ יִשׂרָאֵל, און אַז זײ ליגן מיט די װײַבער װאָס זאַמלען זיך אײַן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 23און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס טוט איר אַזעלכע זאַכן? װאָרעם איך הער אײַערע שלעכטע מעשׂים פֿון דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק. 24נישט, זין מײַנע; װאָרעם נישט גוט איז די הערונג װאָס איך הער דאָס פֿאָלק פֿון ה׳ פֿאַרשפּרײטן. 25װען אַ מענטש זינדיקט קעגן אַ מענטשן, ג-ט װעט פֿאַרמיטלען פֿאַר אים, אָבער אױב אַ מענטש זינדיקט קעגן ה׳, װער װעט פֿאַר אים פֿאַרמיטלען? אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון זײער פֿאָטער; װאָרעם ה׳ האָט געװאָלט זײ טײטן.
26און דער ייִנגל שמוּאֵל איז געװאָרן אַלץ גרעסער, און מער װױלגעפֿעליק אי בײַ ה׳ און אי בײַ לײַטן.
27און אַ מאַן פֿון ג-ט איז געקומען צו עלין, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איך האָב דאָך אַנטפּלעקן זיך אַנטפּלעקט צו דײַן פֿאָטערס הױז בעת זײ זײַנען געװען אין מִצרַיִם אונטער דעם הױז פֿון פַּרעהן, 28און אים אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַ כּהן צו מיר, אַרױפֿצוגײן אױף מײַן מזבח, צו רײכערן װײַרעך, צו טראָגן אַן אֵפֿוֹד פֿאַר מיר; און איך האָב געגעבן דײַן פֿאָטערס הױז אַלע פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 29פֿאַר װאָס טרעט איר אױף מײַן שלאַכטאָפּפֿער און אױף מײַן שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} װאָס איך האָב באַפֿױלן אין מײַן װױנונג, און האַלטסט דײַנע זין אין מער כּבֿוד װי מיך, כּדי אײַך צו שטאָפּן מיטן בעסטן פֿון יעטװעדער קָרבָּן פֿון יִשׂרָאֵל מײַן פֿאָלק? 30דערום זאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: זאָגן האָב איך געװעסט געזאָגט: דײַן הױז און דײַן פֿאָטערס הױז װעלן אומגײן פֿאַר מיר אױף אײביק; אָבער אַצונד, זאָגט ה׳, פֿאַרמיטן זאָל עס זײַן פֿאַר מיר; װאָרעם די װאָס גיבן מיר כּבֿוד, װעל איך געבן כּבֿוד, און די װאָס פֿאַראַכטן {בזה}[3] מיך, װעלן גרינגגעשאַצט װערן. 31זע, טעג קומען, און איך װעל אָפּהאַקן דײַן אָרעם און דעם אָרעם פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, אַז אַ זקן װעט נישט זײַן אין דײַן הױז. 32און װעסט קוקן װי אַ שׂונא פֿון מײַן װױנונג אױף איטלעכן װאָס װעט גוטס טאָן יִשׂרָאֵל; און אַ זקן װעט קײן מאָל נישט זײַן אין דײַן הױז. 33און נישט איטלעכן פֿון דיר װעל איך פֿאַרשנײַדן {כרת}[4] פֿון לעבן מײַן מזבח, כּדי צו מאַכן אױסגײן דײַנע אױגן און פֿאַרשמאַכטן דײַן זעל; און אַלע אױפֿגעװאַקסענע אין דײַן הױז װעלן שטאַרבן יונגעלײַט. 34און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן: װאָס װעט קומען אױף דײַנע צװײ זין, אױף חפֿנין און פּינְחסן – אין אײן טאָג װעלן זײ בײדע שטאַרבן. 35און איך װעל מיר אױפֿשטעלן אַ געטרײַען כּהן[5] װאָס װעט טאָן אַזױ װי אין מײַן האַרצן און אין מײַן זעל; און איך װעל אים אױפֿבױען אַ זיכער הױז, און ער װעט אומגײן פֿאַר מײַן געזאַלבטן אַלע טעג. 36און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס בלײַבט איבער אין דײַן הױז, װעט קומען זיך בוקן צו אים אום אַ זילבערשטיק און אַ לעבל ברױט, און װעט זאָגן: נעם מיך צו, איך בעט דיך, צו אײנער פֿון די כּהנות, צו עסן אַ שטיקל ברױט.
1איך דערמאן צו אייך צום גוטן אונדזער שוועסטער פעבע, וועלכע איז אויך א שמשית אין דער קהלה פון קענקרעא, 2כדי איר זאלט זי אזוי אויפנעמען אינם האר ווי עס שטייט אָן פאר קדושים, אז איר זאלט איר העלפן אין אלעם, אין וואס זי וועט אייך נאר ברויכן; ווארום זי איז אויך געווען א העלפערין פאר פילע, און פאר מיר אליין.
3גיט אפ שלום פריסקאן און אקווילאן, מיינע מיטארבעטער אינם משיח יהושע/ישוע, 4וועלכע האבן געלייגט זייער אייגענעם האלדז פאר מיין לעבן; וועמען נישט נאר איך בין דאנקבאר, נאר אויך אלע קהלות פון די אומות העולם; 5און גיט אפ שלום דער קהלה אין זייער הויז און גיט אפ שלום מיין געליבטן עפאנעטוס, וואס איז די ערשטע פרוכט צום משיח אין אזיען. 6גיט אפ שלום מרימען, וועלכע האט פיל געארבעט פאר אייערטוועגן. 7גיט אפ שלום אנדראניקוסן און יוניוסן, מיינע קרובים און מיינע מיטגעפאנגענע, וועלכע זענען בארימט צווישן די שליחים, און זענען שוין געווען אינם משיח פאר מיר. 8גיט אפ שלום אמפליאטוסן, מיין געליבטן אינם האר. 9גיט אפ שלום אורבאנוסן, אונדזער מיטארבעטער אינם משיח, און מיין געליבטן סטאכיס. 10גיט אפ שלום אפעלעסן, דעם אויסגעפרואווטן (מאמין) אינם משיח. גיט אפ שלום דעם הויזגעזינד פון אריסטאבולוס. 11גיט אפ שלום מיין קרוב העראדיאן. גיט אפ שלום די פון דעם הויזגעזינד פון נארציסוס, וואס זענען אינם האר. 12גיט אפ שלום טריפיינא און טריפאסא, וואס האבן שווער געארבעט אינם האר. גיט אפ שלום די געליבטע פערסיס, וועלכע האט זייער פיל געארבעט אינם האר. 13גיט אפ שלום רופוסן, דעם אויסדערוויילטן אינם האר, און די מוטער זיינע און מיינע. 14גיט אפ שלום אסינקריטוסן, פלעגאנען, הערמעסן, פאטראבאסן, הערמאסן, און די ברידער ביי זיי. 15גיט אפ שלום פילאלאגוסן און יוליאן, נערעאוסן און זיין שוועסטער, אויך אלימפאסן, און אלע הייליקע, וואס זענען מיט זיי. 16גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט א הייליקן קוש. אלע קהלות פונם משיח גיבן אייך אפ שלום.
17און איך בעט אייך, ברידער, אכטונג צו געבן אויף די, וואס מאכן אָן מחלוקת און מיכשולים להיפך צו דעם לערנען, וואס איר זענט געלערנט געווארן; און מיידט זיי אויס. 18ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן. 19ווארום אייער געהארכזאמקייט איז אלעמען באקאנט. דעריבער פריי איך מיך איבער אייך; נאר איך וויל, אז איר זאלט זיין חכמים וואס שייך דעם גוטן און תמימים וואס שייך דעם שלעכטן. 20און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען.
21טימאטעוס, מיין מיטארבעטער, און לוקיוס און יאזאן און סאסיפאטער, מיינע קרובים, גיבן אייך אפ שלום. 22איך, טערציוס, דער שרייבער פון דעם בריוו, גיב אייך אפ שלום אינם האר. 23גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום. 24דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.
25צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן, 26איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה; 27צו ה׳ דעם איינציקן חכם זאל זיין כבוד דורך יהושע/ישוע המשיחן לעלמי עולמים! אמן.