1און דאָס זײַנען די לעצטע װערטער פֿון דָוִדן:
8דאָס זײַנען די נעמען פֿון די גיבוֹרים װאָס דָוִד האָט געהאַט: יוֹשֵבֿ-בַשֶבֿת, אַ תַּחכּמוֹני, דער הױפּטמאַן פֿון די עלטסטע, דאָס איז עַדינוֹ דער עצני; [ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז] אױף אַכט הונדערט מאַן, דערשלאָגן מיט אײן מאָל.
9און נאָך אים איז געװען אֶלעָזָר בן דוֹדוֹ בן אַחוֹחי, פֿון די דרײַ גיבוֹרים מיט דָוִדן, װען זײ האָבן זיך אײַנגעשטעלט אַקעגן די פּלִשתּים, װאָס האָבן זיך דאָרטן אײַנגעזאַמלט אױף מלחמה, און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אַװעקגעגאַנגען; 10און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט געשלאָגן צװישן די פּלִשתּים ביז זײַן האַנט איז מיד געװאָרן, און זײַן האַנט האָט זיך צוגעקלעפּט צום שװערד. און ה׳ האָט געטאָן אַ גרױסע ישועה אין יענעם טאָג, און דאָס פֿאָלק האָט זיך אומגעקערט נאָך אים, בלױז אױסצוטאָן [די געטײטע].
11און נאָך אים איז געװען שַמָה דער זון פֿון אָגֵאן, פֿון הָרָר. די פּלִשתּים האָבן זיך געהאַט אײַנגעזאַמלט אין אַ מחנה; און דאָרטן איז געװען אַ שטיק פֿעלד פֿול מיט לינדזן; און דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן פֿון די פּלִשתּים; 12האָט ער זיך געשטעלט אין מיטן פֿון דעם שטיק לאַנד, און האָט עס מציל געװען; און ער האָט געשלאָגן די פּלִשתּים, און ה׳ האָט געטאָן אַ גרױסע ישועה.
13און דרײַ פֿון די דרײַסיק הױפּטלײַט האָבן אַראָפּגענידערט און זײַנען געקומען אין שניטצײַט צו דָוִדן צו דער הײל פֿון עַדולָם; און די מחנה פֿון די פּלִשתּים האָט געלאַגערט אין טאָל רפֿאים. 14און דָוִד איז דענצמאָל געװען אין דער פֿעסטונג, און די װאַך פֿון די פּלִשתּים איז דענצמאָל געװען אין בֵית-לֶחֶם. 15האָט דָוִד געגלוסט, און ער האָט געזאָגט: װען מיר גיט װער טרינקען װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בֵית-לֶחֶם װאָס אין טױער! 16האָבן די דרײַ גיבוֹרים אַרײַנגעבראָכן אין לאַגער פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן אָנגעשעפּט װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בֵית-לֶחֶם װאָס בײַם טױער, און גענומען און געבראַכט צו דָוִדן. אָבער ער האָט עס נישט געװאָלט טרינקען, און האָט עס אױסגעגאָסן צו ה׳. 17און ער האָט געזאָגט: חלילה מיר, ה׳, אַז איך זאָל דאָס טאָן! דאָס בלוט פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט דער סכּנה פֿון זײער לעבן? און ער האָט עס נישט געװאָלט טרינקען. דאָס האָבן געטאָן די דרײַ גיבוֹרים.
18און אַבֿישַי, יוֹאָבֿס ברודער, דער זון פֿון צרוּיָהן, ער איז געװען דער הױפּט פֿון די דרײַ; און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז אױף דרײַ הונדערט און זײ דערשלאָגן; ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ.
19פֿון די דרײַ איז ער געװען דער אָנגעזעענסטער, און ער איז בײַ זײ געװאָרן צום עלטסטן, אָבער צו די [ערשטע] דרײַ איז ער נישט געקומען.
20און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, דער זון פֿון אַ העלדישן מאַן, גרױס אין אױפֿטוען, פֿון קַבֿצְאֵל, ער האָט געשלאָגן די צװײ העלדן פֿון מוֹאָבֿ, און ער האָט אַראָפּגענידערט און האָט דערשלאָגן אַ לײב אין אַ גרוב, אין אַ טאָג פֿון שנײ. 21און ער האָט דערשלאָגן אַ מִצרישן מאַן, אַ מאַן אָנצוקוקן; און אין דעם מיצריס האַנט איז געװען אַ שפּיז, און ער האָט אַראָפּגענידערט צו אים מיט אַ רוט; האָט ער אַרױסגעריסן דעם שפּיז פֿון דעם מיצריס האַנט, און האָט אים געהרגעט מיט זײַן אײגענעם שפּיז.
22דאָס האָט געטאָן בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, און ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ גיבוֹרים. 23ער איז געװען מער אָנגעזען פֿון די דרײַסיק, אָבער צו די [ערשטע] דרײַ איז ער נישט געקומען. און דָוִד האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן לײַבװאַך.
24עַשָׂהאֵל, יוֹאָבֿס ברודער, איז געװען צװישן די דרײַסיק; אֶלחָנָן דער זון פֿון דוֹדוֹן פֿון בֵית-לֶחֶם; 25שַמָה פֿון חַרוד; אֶליקאָ פֿון חַרוד;
26חֶלֶץ פֿון פֶּלֶט; עִיראָ דער זון פֿון עִקֵשן פֿון תּקוֹעַ; 27אַבֿיעֶזֶר פֿון עַנָתוֹת; מבֿוּנַי פֿון חוּשָה; 28צלמון פֿון אַחוֹח; מַהרַי פֿון נטוֹפֿה;
29חלבֿ דער זון פֿון בַעַנָהן פֿון נטוֹפֿה; אִתַּי דער זון פֿון ריבֿין פֿון גִבֿעָה פֿון די קינדער פֿון בנימין; 30בנָיָהוּ פֿון פּרעָתוֹן; הִדַי פֿון נַחֲלֵי-גַעַש; 31אַבֿי-עַלבֿון פֿון עַרָבֿה; עַזמָוֶת פֿון בַרחום; 32אֶליַחבאָ פֿון שַעַלבֿון; פֿון זין פֿון יָשֵן {הָשֵׁם}, יהוֹנָתָן; 33שַמָה פֿון הָרָר; אַחיאָם דער זון פֿון שָרָרן פֿון אַרָר; 34אֶליפֶֿלֶט דער זון פֿון אַחַסבַין; דער זון פֿון דעם מַעֲכָתי; אֶליִעָם דער זון פֿון אַחיתּוֹפֿלן פֿון גילוה; 35חֶצרי פֿון כַּרמֶל; פַּעֲרַי פֿון אַרָבֿ; 36יִגאָל דער זון פֿון נָתָנען פֿון צוֹבֿה; בָני דער גָדי;
37צֶלֶק דער עַמוֹני; נַחרַי פֿון באֵרוֹת, דער װאַפֿנטרעגער פֿון יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוּיָהן; 38עִיראָ פֿון יֶתֶר; גָרֵבֿ פֿון יֶתֶר; 39אוּרִיה דער חִתּי. אין אַלעמען זיבן און דרײַסיק.
1שמעון פעטרוס, א קנעכט און שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, צו די, וועלכע האבן מקבל געווען די זעלביקע טייערע אמונה, ווי מיר, אין דער צדקות פון אונדזער ג‑ט און פון דעם גואל יהושע/ישוע המשיח: 2חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן אין דער דערקענטעניש פון ה׳ און פון אונדזער האר יהושע/ישוע; 3ווייל זיין ג-טלעכע קראפט האט אונדז געשאנקען אלץ, וואס האט א שייכות צום לעבן און צו יראת שמים, דורך דער דערקענטעניש פון דעם, וועלכער האט אונדז גערופן דורך זיין אייגענעם כבוד און גוטע מידה; 4דורך וועלכע ער האט אונדז געשענקט די טייערסטע און גרעסטע הבטחות; כדי דורך די דאזיקע זאלט איר ווערן אנטיילנעמער אין דער ג‑טלעכער טבע, אנטרונענדיק פון דער פארדארבונג, וואס איז אין דער וועלט דורך תאווה. 5און צוליב דעם זעלביקן סיבה, איר מוזן מאכן אלע מי צו צוגעבן צולייגן אין דער אמונה אייערער די גוטע מידה; און צו דער גוטע מידה דאס וויסן; 6און צום וויסן די שליטה איבער זיך; און צו דער שליטה איבער זיך די סבלנות; און צו סבלנות יראת שמים; 7און צו יראת שמים די ברידערלעכקייט; און צו דער ברידערלעכקייט די ליבע. 8ווארום ווען די דאזיקע זאכן זענען פאראן ביי אייך און פארמערן זיך, לאזן זיי אייך נישט ווערן פויל און נישט אומפרוכטבאר אין דער דערקענטעניש פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח. 9ווארום דער, וועמען עס פעלן די דאזיקע (מידות טובות), איז בלינד, קורצזיכטיק, און האט פארגעסן די רייניקונג פון זיינע אלטע חטאים. 10דערפאר, ברידער, פלייסיקט זיך נאך מער פעסט צו מאכן אייער רוף און אויסדערוויילונג; ווארום אויב איר וועט דאס טאן, וועט איר קיינמאל נישט שטרויכלען; 11ווארום אָט אזוי וועט אייך רייכלעך געגעבן ווערן דער אריינגאנג אין דעם אייביקן מלכות פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח.
12דערפאר וועל איך תמיד זיין גרייט אייך צו דערמאנען וועגן די דאזיקע זאכן, הגם איר קענט זיי און זענט געגרונטפעסטיקט אין דעם אמת, וועלכער איז ביי (אייך). 13און איך האלט עס פאר רעכט, כל זמן איך בין אין דעם דאזיקן געצעלט, אייך צו דערוועקן מיט א דערינערונג; 14ווייל איך ווייס, אז אין גיכן וועל איך אפלייגן מיין געצעלט, ווי אויך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח האט עס מיר קלאר געמאכט. 15און איך וועל מיך פלייסיק באמיען, אז נאך מיין פטירה זאלט איר זיין אימשטאנד צו געדענקען די דאזיקע זאכן צו יעדער צייט. 16ווארום מיר האבן נישט נאכגעפאלגט קיין אויסגעקליגלטע לעגענדעס, ווען מיר האבן אייך באקאנט געמאכט די גבורה פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און זיין קומען, נאר מיר זענען געווען עדות, וואס האבן געזען מיט די אייגענע אויגן זיין כבוד. 17ווארום ער האט באקומען פון ג‑ט דעם פאטער כבוד און הערלעכקייט, ווען אזא קול איז אראפגעקומען צו אים פון דער מאיעסטעטישער הערלעכקייט: (ציטירן ניטציטירן) דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; 18און מיר האבן געהערט דאס דאזיקע קול קומען פון הימל, בשעת מיר זענען געווען מיט אים אויף דעם הייליקן בארג. 19און פעסטער איז דאס נביאיש ווארט, וואס מיר האבן; און איר וועט טאן גוט, האלטנדיק זיך דערצו, ווי צו א ליכט, וואס שיינט אויף א טונקל ארט, ביז דער טאג ברעכט אריין, און דער מארגנשטערן וועט אויפגיין אין אייערע הערצער; 20וויסנדיק דאס דאזיקע קודם כל, אז קיין נבואה פון די כתבי (הקודש) קען נישט האבן קיין פריוואטן פירוש. 21ווארום קיינמאל איז נאך נישט געברענגט געווארן קיין נבואה פון א מענטשנס ווילן; נאר געטריבן פונם רוח הקודש, האבן מענטשן גערעדט פון ה׳. (שמואל ב כג, ג.)