AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Samuel 17
◄ 1 Samuel 16
1 Samuel 17
שְמוּאֵל א 17
1 Samuel 18 ►

1און די פּלִשתּים האָבן אײַנגעזאַמלט זײערע מחנות אױף מלחמה. און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין שׂוֹכוֹ װאָס געהערט צו יהוּדה, און האָבן געלאַגערט צװישן שׂוֹכוֹ און צװישן עַזֵקָה אין אֶפֿס-דַמים.

2און שָאול און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט און האָבן געלאַגערט אין טאָל אֵלָה; און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה אַקעגן די פּלִשתּים. 3און די פּלִשתּים זײַנען געשטאַנען אױפֿן באַרג פֿון דער זײַט, און די יִשׂרָאֵל זײַנען געשטאַנען אױפֿן באַרג פֿון דער אַנדער זײַט, מיט דעם טאָל צװישן זײ. 4איז אַרױסגעגאַנגען דער צװישנמאַן פֿון דעם לאַגער פֿון די פּלִשתּים מיטן נאָמען גָליַת פֿון גַת, װאָס זײַן הײך איז געװען זעקס אײלן און אַ שפּאַן. 5און אַ קופּערנער קיװער איז געװען אױף זײַן קאָפּ, און אין אַ שילד פֿון שופּן איז ער געװען אָנגעטאָן, און די װאָג פֿון דעם שילד איז געװען פֿינף טױזנט שקל קופּער. 6און קופּערנע בלעכן זײַנען געװען אױף זײַנע פֿיס, און אַ קופּערנע פּיקע צװישן זײַנע אַקסלען. 7און דער האָלץ פֿון זײַן שפּיז איז געװען װי דער שטאַנג פֿון אַ װעבער, און דער קלינג פֿון זײַן שפּיז איז געװען זעקס הונדערט שקל אײַזן. און דער שילדטרעגער איז געגאַנגען אים פֿאַרױס.

8און ער האָט זיך אַװעקגעשטעלט, און האָט גערופֿן צו די רײען פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט צו זײ געזאָגט: נאָך װאָס גײט איר אַרױס אָנריכטן אַ מלחמה? בין איך דען נישט דער פּלִשתּי, און איר קנעכט בײַ שָאולן? קלײבט אײַך אױס אַ מאַן, און זאָל ער אַראָפּנידערן צו מיר. 9אױב ער װעט קענען מלחמה האַלטן מיט מיר, און װעט מיך דערשלאָגן, װעלן מיר זײַן קנעכט צו אײַך; און אױב איך װעל אים בײַקומען, און װעל אים דערשלאָגן װעט איר זײַן קנעכט צו אונדז, און װעט אונדז דינען.

10און דער פּלִשתּי האָט געזאָגט: איך שפּאָט פֿון די רײען פֿון יִשׂרָאֵל הײַנטיקן טאָג; גיט מיר אַ מאַן און לאָמיר מלחמה האַלטן מיט אַנאַנדער.

11און שָאול און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געהערט די דאָזיקע װערטער פֿון דעם פּלִשתּי, און זײ האָבן זיך דערשראָקן, און האָבן זײער מורא געהאַט.

12און דָוִד איז געװען דער זון פֿון יענעם אֶפֿרָתער מאַן פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה, װאָס זײַן נאָמען איז געװען יִשַי; און ער האָט געהאַט אַכט זין. און דער מאַן איז אין די טעג פֿון שָאולן געװען אַ זקן װאָס קומט צװישן לײַט. 13און די דרײַ עלטערע זין פֿון יִשַין זײַנען געגאַנגען נאָך שָאולן אין דער מלחמה; און די נעמען פֿון זײַנע דרײַ זין װאָס זײַנען געגאַנגען אין דער מלחמה, זײַנען געװען: אֶליאָבֿ דער בכוֹר, און דער צװײטער פֿון אים אַבֿינָדָבֿ, און דער דריטער שַמָה. 14און דָוִד איז געװען דער קלענסטער; און די דרײַ גרעסערע זײַנען געגאַנגען נאָך שָאולן. 15און דָוִד פֿלעגט גײן און זיך אומקערן פֿון שָאולן צו פֿיטערן די שאָף פֿון זײַן פֿאָטער אין בֵית-לֶחֶם.

16און דער פּלִשתּי האָט גענענט פֿרי און שפּעט, און האָט זיך געשטעלט פֿערציק טעג נאָכאַנאַנד.

17און יִשַי האָט געזאָגט צו זײַן זון דָוִדן: נעם אַקאָרשט פֿאַר דײַנע ברידער אַן אֵיפֿה פֿון די דאָזיקע געברענטע זאַנגען, און די דאָזיקע צען ברױטן, און לױף דערמיט אַריבער אין לאַגער צו דײַנע ברידער.

18און די דאָזיקע צען קעז זאָלסטו ברענגען צו דעם הױפּטמאַן פֿון דעם טױזנט; און זאָלסט פֿרעגן דײַנע ברידער אױף פֿריד, און נעמען פֿון זײ אַ צײכן.

19און שָאול און זײ און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אין טאָל אֵלָה, אין מלחמה מיט די פּלִשתּים.

20האָט זיך דָוִד געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט איבערגעלאָזט די שאָף אױף אַ שומר, און ער האָט גענומען און איז געגאַנגען אַזױ װי יִשַי האָט אים באַפֿױלן, און ער איז אָנגעקומען אין לאַגעררינג, װען דער חיל װאָס איז אַרױסגעגאַנגען אין שלאַכט, האָט געשאַלט אױף מלחמה. 21און יִשׂרָאֵל און די פּלִשתּים האָבן זיך אױסגעשטעלט אַ רײ קעגן אַ רײ. 22האָט דָוִד איבערגעלאָזט די זאַכן פֿון זיך אױף דער האַנט פֿון דעם שומר פֿון די זאַכן, און ער איז געלאָפֿן צום שלאַכטפֿעלד; און ער איז געקומען און האָט געפֿרעגט זײַנע ברידער אױף פֿריד.

23װי ער רעדט מיט זײ, ערשט דער צװישנמאַן װאָס זײַן נאָמען איז געװען גָליַת דער פּלִשתּי פֿון גַת, קומט אַרױף פֿון די רײען פֿון די פּלִשתּים, און ער האָט גערעדט אַזױ װי יענע רײד; און דָוִד האָט געהערט.

24און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל, װי זײ האָבן דערזען דעם מאַן, אַזױ זײַנען זײ אַנטלאָפֿן פֿאַר אים, און האָבן זײער מורא געהאַט. 25און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזאָגט: האָט איר געזען דעם דאָזיקן מאַן װאָס קומט אַרױף? װאָרעם צו לעסטערן יִשׂרָאֵל קומט ער אַרױף; און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס װעט אים דערשלאָגן, װעט אים דער מלך מאַכן פֿאַר אַ גרױס עושר, און װעט אים געבן זײַן טאָכטער, און זײַן פֿאָטערס הױז װעט ער מאַכן פֿרײַ אין יִשׂרָאֵל.

26האָט דָוִד געזאָגט צו די מענטשן װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן אים, אַזױ צו זאָגן: װאָס װעט געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װעט דערשלאָגן יענעם פּלִשתּי, און װעט אָפּטאָן די שאַנד פֿון יִשׂרָאֵל? װאָרעם װער איז דער דאָזיקער אומבאַשניטינער[1] פּלִשתּי, אַז ער זאָל לעסטערן די רײען פֿון אלֹקים חַיִּים? 27האָט דאָס פֿאָלק אים געזאָגט אַזױ װי דאָס דאָזיקע רײד, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װעט געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װעט אים דערשלאָגן.

28האָט אֶליאָבֿ, זײַן עלטערער ברודער, געהערט װי ער רעדט צו די מענטשן, און דער צאָרן פֿון אֶליאָבֿן האָט געגרימט אױף דָוִדן, און ער האָט געזאָגט: צו װאָס גאָר האָסטו אַראָפּגענידערט, און אױף װעמען האָסטו איבערגעלאָזט יענע ביסל שאָף אין מדבר? איך קען דײַן מוטװיליקײט, און די שלעכטיקײט פֿון דײַן האַרצן, אַז כּדי צוצוקוקן די מלחמה האָסטו אַראָפּגענידערט. 29האָט דָוִד געזאָגט: װאָס האָב איך אַצונד געטאָן? עס איז דאָך נאָר אַ גערײד.

30און ער האָט זיך אָפּגעדרײט פֿון אים צו אַן אַנדערן, און האָט געפֿרעגט די אײגענע זאַך, און דאָס פֿאָלק האָט אים געענטפֿערט אַזױ װי דאָס פֿריִערדיקע גערײד.

31זײַנען געהערט געװאָרן די װערטער װאָס דָוִד האָט גערעדט, און מע האָט דערצײלט פֿאַר שָאולן, און ער האָט אים געלאָזט ברענגען צו זיך. 32און דָוִד האָט געזאָגט צו שָאולן: זאָל קײן מענטשנס האַרץ נישט אַראָפּפֿאַלן איבער אים; דײַן קנעכט װעט גײן, און װעט מלחמה האַלטן מיט דעם דאָזיקן פּלִשתּי. 33האָט שָאול געזאָגט צו דָוִדן: קענסט נישט גײן אױף דעם דאָזיקן פּלִשתּי, מלחמה צו האַלטן מיט אים, װאָרעם דו ביסט אַ ייִנגל, און ער איז אַ מאַן פֿון מלחמה פֿון זײַן יוגנט אָן. 34האָט דָוִד געזאָגט צו שָאולן: דײַן קנעכט איז געװען אַ פּאַסטוך פֿאַר זײַן פֿאָטער בײַ די שאָף, און אַז אַ לײב איז געקומען, אָדער אַ בער, און האָט אַװעקגעטראָגן אַ שעפּס[2] פֿון דער סטאַדע, 35בין איך אַרױסגעגאַנגען נאָך אים, און האָב אים געשלאָגן, און האָב אַרױסגעריסן פֿון זײַן מױל; און אַז ער האָט זיך געשטעלט אַקעגן מיר, האָב איך אים אָנגענומען בײַם באָרד, און האָב אים דערשלאָגן און אים געטײט. 36אי דעם לײב אי דעם בער האָט דײַן קנעכט דערשלאָגן; און דער דאָזיקער אומבאַשניטינער פּלִשתּי װעט זײַן װי אײנער פֿון זײ. װײַל ער האָט געלעסטערט די רײען פֿון דעם לעבעדיקן אלֹקים.

37און דָוִד האָט געזאָגט: ה׳ װאָס האָט מיך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון לײב, און פֿון דער האַנט פֿון בער, ער װעט מיך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון דעם דאָזיקן פּלִשתּי. האָט שָאול געזאָגט צו דָוִדן: גײ, און זאָל ה׳ זײַן מיט דיר.

38און שָאול האָט אָנגעטאָן דָוִדן זײַנע קלײדער, און ער האָט אַרױפֿגעטאָן אַ קופּערנעם קיװער אױף זײַן קאָפּ, און אים אָנגעטאָן אַ שילד. 39און דָוִד האָט אָנגעגורט זײַן שװערד איבער זײַנע קלײדער, און זיך געמאַטערט צו גײן, װײַל ער איז נישט געװען צוגעװױנט. האָט דָוִד געזאָגט צו שָאולן: איך קען נישט גײן אין די דאָזיקע, װײַל איך בין נישט צוגעװױנט. און דָוִד האָט זײ אױסגעטאָן פֿון זיך. 40און ער האָט גענומען זײַן שטעקן אין זײַן האַנט, און האָט זיך אױסגעקליבן פֿינף גלאַטע שטײנער פֿון דעם באַך, און אַרײַנגעטאָן אין דעם פּאַסטוכזעקל װאָס ער האָט געהאַט, אין דעם בײַטל; און זײַן שלײַדערער איז געװען אין זײַן האַנט; און ער האָט גענענט צו דעם פּלִשתּי.

41און דער פּלִשתּי איז געגאַנגען אַלץ נענטער צו דָוִדן און דער מאַן װאָס טראָגט דעם שילד, אים פֿאַרױס. 42און דער פּלִשתּי האָט אַ קוק געטאָן און האָט דערזען דָוִדן, און האָט אים פֿאַראַכט {בזה}[3], װאָרעם ער איז געװען אַ ייִנגל, און גערױטלט, אױך שײן אױפֿן פּנים. 43און דער פּלִשתּי האָט געזאָגט צו דָוִדן: צי אַ הונט בין איך, װאָס דו קומסט צו מיר מיט שטעקנס? און דער פּלִשתּי האָט געשאָלטן דָוִדן בײַ זײַן ג-ט. 44און דער פּלִשתּי האָט געזאָגט צו דָוִדן: קום צו מיר, און איך װעל געבן דײַן פֿלײש צום פֿױגל פֿון הימל און צו דער חיה פֿון פֿעלד. 45האָט דָוִד געזאָגט צו דעם פּלִשתּי: דו קומסט צו מיר מיט אַ שװערד און מיט אַ שפּיז און מיט אַ פּיקע, און איך קום צו דיר אין דעם נאָמען פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, דעם ה׳ פֿון די רײען פֿון יִשׂרָאֵל װאָס דו האָסט געלעסטערט. 46הײַנטיקן טאָג װעט דיך ה׳ איבערענטפֿערן און איך װעל דיך דערשלאָגן, און װעל אַראָפּנעמען דײַן קאָפּ פֿון דיר; און איך װעל געבן די פּגרים פֿון דער מחנה פֿון די פּלִשתּים הײַנטיקן טאָג צום פֿױגל פֿון הימל און צו דער חיה פֿון דער ערד; און די גאַנצע ערד װעט װיסן, אַז פֿאַראַן אלֹקים בײַ יִשׂרָאֵל. 47און די דאָזיקע גאַנצע אײַנזאַמלונג װעט װיסן אַז נישט מיט אַ שװערד און מיט אַ שפּיז העלפֿט ה׳; װאָרעם די מלחמה איז ה׳ס, און ער װעט אײַך געבן אין אונדזער האַנט.

48און עס איז געװען, װי דער פּלִשתּי איז אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען און האָט גענענט אַנטקעגן דָוִדן, אַזױ האָט דָוִד געאײַלט, און איז געלאָפֿן צום שלאַכטפֿעלד אַנטקעגן דעם פּלִשתּי. 49און דָוִד האָט אַרײַנגעשטעקט זײַן האַנט אין זעקל, און האָט אַרױסגענומען פֿון דאָרטן אַ שטײן, און אַ שלײַדער געטאָן, און געטראָפֿן דעם פּלִשתּי אין זײַן שטערן. און דער שטײן איז אַרײַנגעזונקען אין זײַן שטערן, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד. 50אַזױ האָט דָוִד איבערגעשטאַרקט דעם פּלִשתּי מיט אַ שלײַדערער און מיט אַ שטײן, און געטראָפֿן דעם פּלִשתּי, און אים געטײט; און קײן שװערד איז נישט געװען אין דָוִדס האַנט.

51און דָוִד איז צוגעלאָפֿן, און האָט זיך געשטעלט איבער דעם פּלִשתּי, און האָט אָנגענומען זײַן שװערד, און זי אַרױסגעצױגן פֿון איר שײד, און אים געטײט; און ער האָט אָפּגעשניטן {כרת}[4] מיט איר זײַן קאָפּ. און די פּלִשתּים האָבן געזען אַז זײער גיבור איז טױט, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן. 52און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל און יהוּדה זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געשאַלט, און נאָכגעיאָגט די פּלִשתּים ביז דו קומסט קײן גַי, און ביז די טױערן פֿון עֶקרוֹן. און עס זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע פֿון די פּלִשתּים אױף דעם װעג פֿון שַעֲרַיִם, און ביז גַת, און ביז עֶקרוֹן. 53און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אומגעקערט פֿון נאָכיאָגן די פּלִשתּים, און זײ האָבן אױסגערױבט זײער לאַגער.

54און דָוִד האָט גענומען דעם קאָפּ פֿון דעם פּלִשתּי, און האָט אים געבראַכט קײן ירושָלַיִם, און זײַנע װאַפֿן האָט ער אַהינגעטאָן אין זײַן געצעלט.

55און אַז שָאול האָט געזען דָוִדן אַרױסגײן אַקעגן דעם פּלִשתּי, האָט ער געזאָגט צו אַבֿנֵר דעם חיל-לידער: װעמעס זון איז דער דאָזיקער בחור, אַבֿנֵר? האָט אַבֿנֵר געזאָגט: אַזױ װי דײַן זעל לעבט, מלך, אױב איך װײס! 56האָט דער מלך געזאָגט: פֿרעג דו זיך נאָך װעמעס זון דער יונג איז.

57און װי דָוִד האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן דעם פּלִשתּי, אַזױ האָט אים אַבֿנֵר גענומען, און האָט אים געבראַכט פֿאַר שָאולן, מיט דעם קאָפּ פֿון דעם פּלִשתּי אין זײַן האַנט. 58האָט שָאול צו אים געזאָגט: װעמעס זון ביסטו, בחור? האָט דָוִד געזאָגט: דער זון פֿון דײַן קנעכט יִשַין פֿון בֵית-לֶחֶם.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Samuel 161 Samuel 18 ►