1און די זיפֿער זײַנען געקומען צו שָאולן קײן גִבֿעָה, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, דָוִד באַהאַלט זיך אױף דעם בערגל חַכילֶה פֿאַר ישימוֹן.
2איז שָאול אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַראָפּגענידערט צום מדבר זיף מיט דרײַ טױזנט געקליבענע מענער פֿון יִשׂרָאֵל, צו זוכן דָוִדן אין מדבר זיף. 3און שָאול האָט געלאַגערט אױפֿן בערגל חַכילֶה װאָס פֿאַר ישימוֹן בײַם װעג. און דָוִד איז געזעסן אין מדבר, און ער האָט געמערקט, אַז שָאול איז געקומען נאָך אים אין מדבר. 4און דָוִד האָט געשיקט אױסקוקערס, און איז געװאָר געװאָרן אױף געװיס, אַז שָאול איז געקומען. 5איז דָוִד אױפֿגעשטאַנען, און איז צוגעקומען צו דעם אָרט װאָס שָאול האָט דאָרטן געלאַגערט, און דָוִד האָט געזען דעם אָרט װאָס דאָרטן איז געלעגן שָאול און אַבֿנֵר דער זון פֿון נֵרן, זײַן חיל-לידער. און שָאול איז געלעגן אין לאַגעררינג, און דאָס פֿאָלק האָט געלאַגערט רונד אַרום אים.
6האָט זיך אָפּגערופֿן דָוִד און האָט געזאָגט צו אַחימֶלֶך דעם חִתּי, און צו אַבֿישַי דעם זון פֿון צרוּיָהן, יוֹאָבֿס ברודער, אַזױ צו זאָגן: װער װיל אַראָפּנידערן מיט מיר צו שָאולן אין לאַגער? האָט אַבֿישַי געזאָגט: איך װעל אַראָפּנידערן מיט דיר.
7איז געקומען דָוִד און אַבֿישַי צו דעם פֿאָלק בײַ נאַכט, ערשט שָאול ליגט און שלאָפֿט אין לאַגעררינג, און זײַן שפּיז איז אַרײַנגעשטעקט אין דער ערד אים צוקאָפּנס, און אַבֿנֵר און דאָס פֿאָלק ליגן רונד אַרום אים.
8האָט אַבֿישַי געזאָגט צו דָוִדן: אלֹקים האָט הײַנט איבערגעענטפֿערט דײַן פֿײַנט אין דײַן האַנט; און אַצונד, לאָמיך אַקאָרשט אים אײן מאָל אַ שטאָך טאָן מיטן שפּיז ביז אין דער ערד, און איך װעל אים נישט דאַרפֿן טאָן אַ צװײטן. 9האָט דָוִד געזאָגט צו אַבֿישַין: זאָלסט אים נישט אומברענגען, װאָרעם װער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון ה׳, און איז אָפּגעקומען גלאַט? 10און דָוִד האָט געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, אַז נאָר ה׳ זאָל אים שלאָגן! ענטװעדער זײַן טאָג װעט קומען, און ער װעט שטאַרבן, אָדער ער װעט נידערן אין מלחמה און אומקומען. 11באַהיט זאָל איך װערן פֿון ה׳, אױסצושטרעקן מײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון ה׳. און אַצונד, נעם, איך בעט דיך, דעם שפּיז װאָס בײַ אים צוקאָפּנס, און דעם קרוג װאַסער, און לאָמיר זיך גײן.
12און דָוִד האָט גענומען דעם שפּיז און דעם קרוג װאַסער פֿון שָאולס צוקאָפּנס, און זײ זײַנען זיך אַװעקגעגאַנגען; און קײנער האָט נישט געזען און נישט געמערקט, און קײנער האָט זיך נישט אױפֿגעכאַפּט, װײַל זײ זײַנען אַלע געשלאָפֿן, װאָרעם אַ שלאָף פֿון ה׳ איז געפֿאַלן אױף זײ.
13און דָוִד איז אַריבערגעגאַנגען אױף דער אַנדער זײַט, און ער האָט זיך געשטעלט אױפֿן שפּיץ באַרג פֿון דער װײַטן, מיט אַ ברײט אָרט צװישן זײ. 14און דָוִד האָט גערופֿן צו דעם פֿאָלק און צו אַבֿנֵר דעם זון פֿון נֵרן, אַזױ צו זאָגן: װילסטו נישט ענטפֿערן, אַבֿנֵר? האָט אַבֿנֵר זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: װער ביסטו, װאָס דו רופֿסט צום מלך? 15האָט דָוִד געזאָגט צו אַבֿנֵרן: דו ביסט דאָך אַ מאַן, און װער איז דײַן גלײַכן אין יִשׂרָאֵל, הײַנט פֿאַר װאָס האָסטו נישט אָפּגעהיט דעם מלך דײַן האַר? װאָרעם אײנער פֿון פֿאָלק איז געקומען אומצוברענגען דעם מלך דײַן האַר. 16נישט גוט איז די דאָזיקע זאַך װאָס דו האָסט געטאָן. אַזױ װי ה׳ לעבט, אַז טױט זײַט איר װערט, װאָס איר האָט נישט אָפּגעהיט אײַער האַר, דעם געזאַלבטן פֿון ה׳! און אַצונד זע, װוּ איז דער שפּיז פֿון דעם מלך, און דער קרוג װאַסער װאָס איז געװען בײַ אים צוקאָפּנס?
17האָט שָאול דערקענט דָוִדס קֹול, און ער האָט געזאָגט: איז דאָס דײַן קֹול, מײַן זון דָוִד? האָט דָוִד געזאָגט: מײַן קֹול, מײַן האַר מלך.
18און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס יאָגט זיך מײַן האַר נאָך זײַן קנעכט? װאָס האָב איך דען געטאָן? און װאָס פֿאַר אַ בײז איז אין מײַן האַנט? 19און אַצונד, זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר דער מלך צוהערן די װערטער פֿון זײַן קנעכט: אױב ה׳ האָט דיך אָנגערײצט אױף מיר, װעט ער אָננעמען אַ קָרבָּן {מִנְחָה}; אױב אָבער מענטשנקינדער, זאָלן זײ זײַן פֿאַרשאָלטן פֿאַר ה׳, װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרטריבן הײַנט פֿון זײַן באַהעפֿט אָן דער נחלה פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: גײ, דין פֿרעמדע ג‑טער. 20און אַצונד, זאָל מײַן בלוט נישט פֿאַלן צו דער ערד אַװעק פֿון ה׳ס פּנים; װאָרעם דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל איז אַרױסגעגאַנגען זוכן אַן אײנציקע פֿלױ, אַזױ װי מע יאָגט אַ פֿעלדהון אין די בערג.
21האָט שָאול געזאָגט: איך האָב געזינדיקט; קער זיך אום, מײַן זון דָוִד, װאָרעם איך װעל דיר מער נישט בײז טאָן, דערפֿאַר װאָס מײַן לעבן איז טײַער געװען אין דײַנע אױגן הײַנטיקן טאָג. זע, איך האָב זיך נאַריש באַגאַנגען, און האָב פֿאַרזען זײער פֿיל.
22האָט זיך אָפּגערופֿן דָוִד און האָט געזאָגט: אָט איז דעם מלכס שפּיז, און זאָל אײנער פֿון די יונגען אַריבערקומען, און אים נעמען.
23און ה׳ װעט אומקערן איטלעכן זײַן גערעכטיקײט און זײַן טרײַשאַפֿט; װאָרעם ה׳ האָט דיך הײַנט איבערגעענטפֿערט אין מײַן האַנט, און איך האָב נישט געװאָלט אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון ה׳. 24און אָט אַזױ װי דײַן לעבן איז געװען גרױסגעשאַצט אין מײַנע אױגן הײַנטיקן טאָג, אַזױ זאָל מײַן לעבן זײַן גרױסגעשאַצט אין די אױגן פֿון ה׳, אַז ער זאָל מיך מציל זײַן פֿון יעטװעדער צרה.
25האָט שָאול געזאָגט צו דָוִדן: געבענטשט זאָלסטו זײַן, מײַן זון דָוִד; אי טאָן װעסטו טאָן, אי אױספֿירן װעסטו אױספֿירן. און דָוִד איז געגאַנגען אױף זײַן װעג, און שָאול האָט זיך אומגעקערט צו זײַן אָרט.
1פוילוס, א שליח, נישט פון מענטשן, נישט דורך א מענטשן, נאר דורך יהושע/ישוע המשיחן, און ג‑ט דעם פאטער, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, 2און אלע ברידער, וואס זענען מיט מיר, צו די קהלות פון גאלאטיען: 3חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח, 4וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערע זינד, כדי אונדז ארויסצוראטעווען פון דער איצטיקער בייזער וועלט, לויט דעם רצון פון ג‑ט און אונדזער פאטער; 5צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.
6איך וואונדער מיך, וואס אזוי געשווינט נייגט איר זיך אפ פון דעם, וועלכער האט אייך גערופן אין דעם חסד פונם משיח, צו אן אנדערער בשורה טובה; 7וואס איז נישט קיין אנדערע, אחוץ וואס עס געפינען זיך אייניקע (לייט), וואס באאומרואיקן אייך און ווילן פארדרייען די גוטע בשורה פון דעם משיח. 8נאר אפילו ווען מיר (אליין), אדער א מלאך פון הימל, זאל אייך אנזאגן א בשורה אויסער דער, וואס מיר האבן אייך אנגעזאגט, זאל ער זיין אין חרם. 9אזוי ווי מיר האבן פריער געזאגט, און איך זאג עס איצט ווידער: אויב עמיצער זאגט אייך אָן א בשורה אחוץ דער, וואס איר האט אנגענומען, זאל ער זיין אין חרם. 10ווארום זוך איך דען איצט צו געווינען מענטשן, אדער ה׳? אדער זוך איך צו געפינען חן ביי מענטשן? אויב איך וואלט נאך געזוכט צו געפינען חן ביי מענטשן, וואלט איך נישט געווען משיחס קיין קנעכט.
11ווארום איך מאך אייך באקאנט, ברידער, אז די גוטע בשורה, וואס ווערט אנגעזאגט פון מיר, איז נישט לויט א מענטשן. 12ווייל נישט האב איך זי באקומען פון א מענטשן, נישט האט מען מיך זי אויסגעלערנט, נאר (זי איז) דורך אן אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן. 13ווארום איר האט דאך געהערט פון מיין התנהגות אמאל אין דעם יידישן דת, אז איבער דער מאס האב איך פארפאלגט די קהלה פון ה׳ און זי וויסט געמאכט; 14און בין איבערגעשטיגן אין דעם יידישן דת העכער פון א סך מיינסגלייכן אין יארן צווישן מיין פאלק, זייענדיק א זייער גרויסער קנאי פאר דער מסורה פון מיינע אבות. 15ווען אבער עס איז וואוילגעפעלן דעם, וועלכער האט מיך אפגעשיידט פון מיין מוטערס לייב און דורך זיין חסד מיך גערופן, 16צו אנטפלעקן זיין זון אין מיר, כדי איך זאל אים אנזאגן צווישן די אומות העולם: האב איך גלייך מיך נישט באראטן מיט בשר ודם, 17און בין אפילו נישט ארויפגעגאנגען קיין ירושלים צו די, (וואס זענען געווען) שליחים פאר מיר, נאר בין אוועק קיין אראביען, און האב מיך ווידער אומגעקערט קיין דמשק.
18שפעטער, אין דריי יאר ארום, בין איך ארויפגעגאנגען קיין ירושלים זיך צו באקענען מיט כיפא, און בין פארבלייבן ביי אים פיפצן טעג. 19און קיין אנדערן פון די שליחים האב איך נישט געזען, אחוץ יעקבן, דעם הארס ברודער. 20וואס אבער איך שרייב צו אייך, אָט פאר ה׳, אז איך זאג נישט קיין שקר. 21נאך דעם בין איך אוועק אין די געגנטן פון סיריען און קיליקיען. 22און איך בין אבער געווען אומבאקאנט פנים אל פנים צו די קהלות אין יהודה, וועלכע זענען אינם משיח; 23זיי האבן נאר בלויז געהערט: דער, וואס האט אונדז אמאל פארפאלגט, זאגט איצט אָן די אמונה, וועלכע ער האט פריער צעשטערט (ציטירן ניטציטירן); 24און האבן פארהעלעכט ה׳ צוליב מיר.