AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 11
◄ 1 Chronicles 10
1 Chronicles 11
דִבֿרֵי הַיָמִים א 11
1 Chronicles 12 ►

1און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צו דָוִדן קײן חֶבֿרוֹן, אַזױ צו זאָגן: דײַן בײן און דײַן פֿלײש זײַנען מיר דאָך.

2נאָך פֿון נעכטן און אײערנעכטן, נאָך װען שָאול איז געװען אַ מלך, ביסטו געװען דער װאָס האָט אַרױסגעפֿירט און אַרײַנגעפֿירט יִשׂרָאֵל. און ה׳ דײַן ג-ט האָט צו דיר געזאָגט: דו זאָלסט פֿיטערן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און דו זאָלסט זײַן אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל.

3און אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען צום מלך קײן חֶבֿרוֹן, און דָוִד האָט זײ געשלאָסן {כרת}[1] אַ ברית אין חֶבֿרוֹן פֿאַר ה׳, און זײ האָבן געזאַלבט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל, אַזױ װי ה׳ס װאָרט דורך שמוּאֵלן.

4און דָוִד און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען געגאַנגען קײן ירושָלַיִם, דאָס איז יבֿוס; און דאָרטן זײַנען געװען די יבֿוסים, די באַװױנער פֿון לאַנד. 5האָבן די באַװױנער פֿון יבֿוס געזאָגט צו דָוִדן: װעסט אַהער נישט קומען. אָבער דָוִד האָט באַצװוּנגען די פֿעסטונג פֿון צִיוֹן, דאָס איז דָוִדס-שטאָט. 6און דָוִד האָט געזאָגט: װער נאָר עס װעט צוערשט שלאָגן דעם יבֿוסי זאָל װערן פֿאַר אַ הױפּטמאַן און פֿאַר אַ האַר. איז יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן אַרױפֿגעגאַנגען צום ערשטן, און ער איז געװאָרן פֿאַר אַ הױפּטמאַן. 7און דָוִד האָט זיך באַזעצט אין דער פֿעסטונג, דערום האָט מען זי גערופֿן דָוִדס-שטאָט. 8און ער האָט פֿאַרבױט די שטאָט רונד אַרום, פֿון מִלוֹא ביז רונד אַרום. און יוֹאָבֿ האָט פֿאַרריכט דעם רעשט פֿון דער שטאָט. 9און דָוִד איז געװאָרן אַלץ גרעסער, און ה׳ צבָֿאוֹת איז געװען מיט אים.

10און דאָס זײַנען די הױפּט-גיבוֹרים װאָס דָוִד האָט געהאַט, די װאָס האָבן פֿעסט געהאַלטן מיט אים אין זײַן מלוכה, אין אײנעם מיט גאַנץ יִשׂרָאֵל, אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו יִשׂרָאֵל. 11און דאָס איז די צאָל פֿון די גיבוֹרים װאָס דָוִד האָט געהאַט: יָשָבֿעָם דער זון פֿון חכמוֹנין, דער הױפּטמאַן פֿון די עלטסטע; ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז אױף דרײַ הונדערט, און זײ דערשלאָגן אױף אײן מאָל. 12און נאָך אים, אֶלעָזָר דער זון פֿון דוֹדוֹן, פֿון אַחוֹח; ער איז געװען פֿון די דרײַ גיבוֹרים. 13ער איז געװען מיט דָוִדן אין פּס-דַמים, װען די פּלִשתּים האָבן זיך דאָרטן אײַנגעזאַמלט אױף מלחמה; און דאָרטן איז געװען אַ שטיק פֿעלד פֿול מיט גערשטן; און דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלִשתּים. 14האָבן זײ זיך געשטעלט אין מיטן פֿון דעם שטיק לאַנד, און האָבן עס מציל געװען; און זײ האָבן געשלאָגן די פּלִשתּים, און ה׳ האָט זײ געהאָלפֿן אַ גרױס הילף.

15און דרײַ פֿון די דרײַסיק הױפּטלײַט האָבן אַראָפּגענידערט צום פֿעלדז צו דָוִדן אין דער הײל פֿון עַדולָם; און די מחנה פֿון די פּלִשתּים האָט געלאַגערט אין טאָל רפֿאים. 16און דָוִד איז דענצמאָל געװען אין דער פֿעסטונג, און די װאַך פֿון די פּלִשתּים איז דענצמאָל געװען אין בֵית-לֶחֶם. 17האָט דָוִד געגלוסט, און ער האָט געזאָגט: װען עמיצער גיט מיר טרינקען װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בֵית-לֶחֶם װאָס אין טױער! 18האָבן די דרײַ דורכגעבראָכן אין לאַגער פֿון די פּלִשתּים, און האָבן אָנגעשעפּט װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בֵית-לֶחֶם װאָס אין טױער, און גענומען און געבראַכט צו דָוִדן. אָבער דָוִד האָט עס נישט געװאָלט טרינקען, און האָט עס אױסגעגאָסן פֿאַר ה׳.

19און ער האָט געזאָגט: באַהיט מיך מײַן ג-ט פֿון דאָס צו טאָן! דאָס בלוט פֿון די דאָזיקע מענטשן מיט זײער לעבן זאָל איך טרינקען? װאָרעם מיט דער סכּנה פֿון זײער לעבן האָבן זײ עס געבראַכט. און ער האָט עס נישט געװאָלט טרינקען. דאָס האָבן געטאָן די דרײַ גיבוֹרים.

20און אַבֿישַי דער ברודער פֿון יוֹאָבֿן, ער איז געװען דער הױפּט פֿון די דרײַ; און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז אױף דרײַ הונדערט, און זײ דערשלאָגן; און ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ. 21פֿון די צװײטע דרײַ איז ער געװען דער אָנגעזעענסטער, און ער איז געװען זײער עלטסטער, אָבער צו די ערשטע דרײַ איז ער נישט געקומען.

22בנָיָה דער זון פֿון יהוֹיָדָען, דער זון פֿון אַ העלדישן מאַן פֿון פֿיל אױפֿטוען, פֿון קַבֿצְאֵל, ער האָט געשלאָגן די צװײ לײבע שטאַרקע פֿון מוֹאָבֿ, און ער האָט אַראָפּגענידערט, און האָט דערשלאָגן אַ לײב אין אַ גרוב אין אַ טאָג פֿון שנײ. 23און ער האָט דערשלאָגן אַ מִצרישן מאַן, אַ מאַן פֿון אַ גרױסן װוּקס, פֿינף אײלן [די הײך]; און אין דעם מִצריס האַנט איז געװען אַ שפּיז אַזױ װי דער שטאַנג פֿון װעבער, און ער האָט אַראָפּגענידערט צו אים מיט אַ רוט; האָט ער אַרױסגעריסן דעם שפּיז פֿון דעם מִצריס האַנט, און האָט אים געהרגעט מיט זײַן אײגענעם שפּיז.

24דאָס האָט געטאָן בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, און ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ גיבוֹרים. 25ער איז געװען מער אָנגעזען פֿון די דרײַסיק, אָבער צו די [ערשטע] דרײַ איז ער נישט געקומען. און דָוִד האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן לײַבװאַך.

26און די העלדישע גיבוֹרים זײַנען געװען: עַשָׂהאֵל דער ברודער פֿון יוֹאָבֿן; אֶלחָנָן דער זון פֿון דוֹדוֹן פֿון בֵית-לֶחֶם; 27שַמוֹת פֿון הַרוֹר; חֶלֶץ פֿון פּלוֹן; 28עִיראָ דער זון פֿון עִקֵשן פֿון תּקוֹעַ; אַבֿיעֶזֶר פֿון עַנָתוֹת; 29סִבכַי פֿון חוּשָה; עִילַי פֿון אַחוֹח; 30מַהרַי פֿון נטוֹפֿה; חֵלֶד דער זון פֿון בַעַנָהן פֿון נטוֹפֿה; 31אִיתַי דער זון פֿון ריבֿין פֿון גִבֿעָה פֿון די קינדער פֿון בנימין; בנָיָה פֿון פּרעָתוֹן; 32חורַי פֿון נַחֲלֵי-גַעַש; אַבֿיאֵל פֿון עַרָבֿה; 33עַזמָוֶת פֿון בַחרום; אֶליַחבאָ פֿון שַעַלבֿון; 34די זין פֿון יָשֵן {הָשֵׁם} פֿון גִזוֹן; יוֹנָתָן דער זון פֿון שָגֵהן פֿון הָרָר; 35אַחיאָם דער זון פֿון שָׂכָרן פֿון הָרָר; אֶליפֿל דער זון פֿון אורן; 36חֵפֿר פֿון מכֵרָה; אַחִיָה פֿון פּלוֹן; 37חצרוֹ פֿון כַּרמֶל; נַעֲרַי דער זון פֿון אֶזבין; 38יוֹאֵל דער ברודער פֿון נָתָנען; מִבֿחר דער זון פֿון הַגרין; 39צֶלֶק דער עַמוֹני; נַחרַי פֿון באֵרוֹת, דער װאַפֿנטרעגער פֿון יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוּיָהן; 40עִיראָ פֿון יֶתֶר; גָרֵבֿ פֿון יֶתֶר; 41אוּרִיה דער חִתּי; זָבֿד דער זון פֿון אַחלָין; 42עַדינאָ דער זון פֿון שיזאָ דעם ראובֿני, אַ הױפּטמאַן פֿון די ראובֿנים, און דרײַסיק מיט אים; 43חָנָן דער זון פֿון מַעֲכָהן, און יוֹשָפֿט פֿון מֶתֶן; 44עוזִיאָ פֿון עַשתָּרוֹת; שָמָע, און יעִיאֵל, די זין פֿון חוֹתָמען פֿון עַרוֹעֵר; 45ידיעֲאֵל דער זון פֿון שִמרין, און יוֹחאָ זײַן ברודער פֿון תּיץ; 46אֶליאֵל פֿון מַחוִים; און יריבֿי, און יוֹשַוְיָה, די זין פֿון אֶלנַעַמען; און יִתמָה דער מוֹאָבֿי; 47אֶליאֵל, און עוֹבֿד, און יַעֲשׂיאֵל פֿון מצוֹבֿיָה.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 101 Chronicles 12 ►