1און די פּלִשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן מיט יִשׂרָאֵל, און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלִשתּים, און זײ זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע אױפֿן באַרג גִלבוֹעַ. 2און די פּלִשתּים האָבן נאָכגעיאָגט שָאולן און זײַנע זין, און די פּלִשתּים האָבן דערשלאָגן יוֹנָתָן, און אַבֿינָדָבֿ, און מַלכּי-שועַ, די זין פֿון שָאולן. 3און די מלחמה איז געװען שװער אַקעגן שָאולן, און די בױגנשיסערס האָבן אים געפֿונען, און ער האָט געציטערט פֿאַר די שיסערס. 4און שָאול האָט געזאָגט צו זײַן װאַפֿנטרעגער: צי אַרױס דײַן שװערד, און דערשטעך מיך מיט איר, אַז די דאָזיקע אומבאַשניטענע זאָלן נישט קומען, און מאַכן געשפּעט איבער מיר. אָבער זײַן װאַפֿנטרעגער האָט נישט געװאָלט, װאָרעם ער האָט זײער מורא געהאַט. האָט שָאול גענומען די שװערד, און איז אַרױפֿגעפֿאַלן אױף איר. 5און װי זײַן װאַפֿנטרעגער האָט געזען, אַז שָאול איז געשטאָרבן, איז ער אױך אַרױפֿגעפֿאַלן אױף זײַן שװערד, און איז געשטאָרבן. 6אַזױ איז געשטאָרבן שָאול; און זײַנע דרײַ זין און זײַן גאַנץ הױזגעזינט אין אײנעם זײַנען געשטאָרבן.
7און װי אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס אין טאָל האָבן געזען, אַז יענע זײַנען אַנטלאָפֿן, און אַז שָאול און זײַנע זין זײַנען טױט, אַזױ האָבן זײ פֿאַרלאָזן זײערע שטעט, און זײַנען אַנטלאָפֿן. און די פּלִשתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך אין זײ באַזעצט.
8און עס איז געװען אױף מאָרגן, זײַנען די פּלִשתּים געקומען אױסטאָן די דערשלאָגענע, און זײ האָבן געפֿונען שָאולן און זײַנע דרײַ זין, געפֿאַלן אױפֿן באַרג גִלבוֹעַ. 9האָבן זײ אים אױסגעטאָן, און האָבן גענומען זײַן קאָפּ, און זײַנע װאַפֿן, און געשיקט אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים רונד אַרום, צו ברענגען די בשׂורה צו זײערע געצנבילדער און צום פֿאָלק. 10און זײ האָבן אַװעקגעלײגט זײַנע װאַפֿן אין הױז פֿון זײערע ג‑טער, און זײַן שאַרבן האָבן זײ אױפֿגעשטאָכן אין הױז פֿון דָגוֹן.
11און גאַנץ יָבֵֿש-גִלעָד האָט געהערט אַלץ װאָס די פּלִשתּים האָבן געטאָן צו שָאולן, 12און אַלע העלדישע לײַט זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײ האָבן גענומען דעם לײַב פֿון שָאולן, און די לײַבער פֿון זײַנע זין, און זײ געבראַכט קײן יָבֵֿיש; און זײ האָבן באַגראָבן זײערע בײנער אונטער דעם אײכנבױם אין יָבֵֿיש; און זײ האָבן געפֿאַסט זיבן טעג.
13און שָאול איז געשטאָרבן פֿאַר זײַן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט אָן ה׳ פֿון װעגן דעם װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט נישט געהיט, און אױך פֿאַר װאָס שָאול האָט געפֿרעגט בײַ אַ גײַסט צו פֿאָרשן בײַ אים, 14און נישט געפֿרעגט בײַ ה׳; דערום האָט ער אים געטײט, און האָט אָפּגעקערט די מלוכה צו דָוִד דעם זון פֿון יִשַין.