AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 2
◄ 1 Chronicles 1
1 Chronicles 2
דִבֿרֵי הַיָמִים א 2
1 Chronicles 3 ►

1דאָס זײַנען די זין פֿון יִשׂרָאֵלן: ראובֿן, שמעון, לֵוִי, און יהוּדה, יִשׂשָׂכָר, און זבֿולון; 2דָן, יוֹסף, און בנימין, נַפֿתָּלי, גָד, און אָשֵר.

3די זין פֿון יהוּדהן: עֵר, און אוֹנָן, און שֵלָה; די דרײַ זײַנען אים געבאָרן געװאָרן פֿון בת-שועַ דער כּנַעֲנית, און עֵר, יהוּדהס בכוֹר, איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ער האָט אים געטײט. 4און תָּמָר זײַן שנור האָט אים געבאָרן פֶּרֶצן, און זֶרַחן. אַלע זין פֿון יהוּדהן: פֿינף.

5די זין פֿון פֶּרֶצן: חֶצרוֹן, און חָמול. 6און די זין פֿון זֶרַחן: זִמרי, און אֵיתָן, און הֵימָן, און כַּלכּוֹל, און דָרַע; אין אַלעמען פֿינף. 7און די זין פֿון כַּרמין: עָכָר, דער פֿאַראומגליקער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָט געפֿעלשט אָן חרם. 8און די זין פֿון אֵיתָנען: עַזַריָה.

9און די זין פֿון חֶצרוֹנען װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן: ירַחמְאֵל, און רָם, און כּלובָי. 10און רָם האָט געבאָרן עַמינָדָבֿן, און עַמינָדָבֿ האָט געבאָרן נַחשוֹן דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה. 11און נַחשוֹן האָט געבאָרן שַׂלמאָן, און שַׂלמאָ האָט געבאָרן בוֹעַזן. 12און בוֹעַז האָט געבאָרן עוֹבֿדן, און עוֹבֿד האָט געבאָרן יִשַין. 13און יִשַי האָט געבאָרן זײַן בכוֹר אֶליאָבֿן, און אַבֿינָדָבֿ דעם צװײטן, און שִמעָא דעם דריטן; 14נתַנאֵל דעם פֿירטן, רַדַי דעם פֿינפֿטן; 15אוֹצֶם דעם זעקסטן, דָוִד דעם זיבעטן. 16און זײערע שװעסטער זײַנען געװען צרוּיָה, און אַבֿיגַיִל. און די זין פֿון צרוּיָהן: אַבֿישַי, און יוֹאָבֿ, און עַשָׂהאֵל – דרײַ. 17און אַבֿיגַיִל האָט געבאָרן עַמָשׂאָן, און עַמָשׂאָס פֿאָטער איז געװען יֶתֶר דער יִשמָעֵאלי.

18און כָּלֵבֿ דער זון פֿון חֶצרוֹנען האָט געהאַט קינדער מיט דער װײַב עַזוּבֿהן – און מיט יריעוֹתן – און דאָס זײַנען אירע זין: יֵשֶר, און שוֹבֿבֿ, און אַרדוֹן. 19איז עַזוּבֿה געשטאָרבן און כָּלֵבֿ האָט זיך גענומען אֶפֿרָתן, און זי האָט אים געבאָרן חורן. 20און חור האָט געבאָרן אורין, און אורי האָט געבאָרן בצַלאֵלן.

21און דערנאָך איז געקומען חֶצרוֹן צו דער טאָכטער פֿון מָכיר דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד, װאָס ער האָט גענומען װען ער איז געװען זעכציק יאָר אַלט; און זי האָט אים געבאָרן שׂגובֿן. 22און שׂגובֿ האָט געבאָרן יָאירן, װאָס האָט געהאַט דרײַ און צװאַנציק שטעט אין לאַנד גִלעָד. 23און גשור און אַרָם האָבן אַװעקגענומען פֿון זײ חַווֹת-יָאיר, קנָת און אירע טעכטערשטעט, זעכציק שטעט. די אַלע זײַנען די זין פֿון מָכיר דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד. 24און נאָך חֶצרוֹנס טױט אין כָּלֵבֿ-אֶפֿרָת, האָט אַבֿיָה, חֶצרוֹנס װײַב, געבאָרן פֿון אים אַשחור דעם פֿאָטער פֿון תּקוֹעַ.

25און די זין פֿון ירַחמְאֵל, חֶצרוֹנס בכוֹר, זײַנען געװען: דער בכוֹר רָם, און בונָה, און אוֹרֶן, און אוֹצֶם, אַחִיָה. 26און ירַחמְאֵל האָט געהאַט נאָך אַן אַנדער װײַב, װאָס איר נאָמען איז געװען עַטָרָה; זי איז געװען די מוטער פֿון אוֹנָמען.

27און די זין פֿון רָם, ירַחמְאֵלס בכוֹר, זײַנען געװען: מַעַץ, און יָמין, און עֵקֶר. 28און די זין פֿון אוֹנָמען זײַנען געװען: שַמַי, און יָדָע. און די זין פֿון שַמַין: נָדָבֿ, און אַבֿישור. 29און דער נאָמען פֿון אַבֿישורס װײַב איז געװען אַבֿיהַיִל; און זי האָט אים געבאָרן אַחבָנען, און מוֹלידן. 30און די זין פֿון נָדָבֿן: סֶלֶד, און אַפּיִם. און סֶלֶד איז געשטאָרבן אָן קינדער. 31און די זין פֿון אַפּיִמען: יִשעִי. און די זין פֿון יִשעִין: שֵשָן. און די זין פֿון שֵשָנען: אַחלָי. 32און די זין פֿון יָדָע, שַמַיס ברודער: יֶתֶר, און יוֹנָתָן. און יֶתֶר איז געשטאָרבן אָן קינדער.

33און די זין פֿון יוֹנָתָנען: פּלֶת, און זָזאָ. דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון ירַחמְאֵלן.

34און שֵשָן האָט נישט געהאַט קײן זין נאָר טעכטער. און בײַ שֵשָנען איז געװען אַ קנעכט אַ מִצרי, װאָס זײַן נאָמען איז געװען יַרחע. 35האָט שֵשָן געגעבן זײַן טאָכטער צו זײַן קנעכט יַרחען פֿאַר אַ װײַב; און זי האָט אים געבאָרן עַתַּין. 36און עַתַּי האָט געבאָרן נָתָנען, און נָתָן האָט געבאָרן זָבֿדן. 37און זָבֿד האָט געבאָרן אֶפֿלָלן, און אֶפֿלָל האָט געבאָרן עוֹבֿדן. 38און עוֹבֿד האָט געבאָרן יֵהואן, און יֵהוּא האָט געבאָרן עַזַריָהן. 39און עַזַריָה האָט געבאָרן חלֶצן, און חֶלֶץ האָט געבאָרן אֶלעָשָׂהן. 40און אֶלעָשָׂה האָט געבאָרן סִסמָין, און סִסמָי האָט געבאָרן שַלומען. 41און שַלום האָט געבאָרן יקַמיָהן, און יקַמיָה האָט געבאָרן אֶלישָמָען.

42און די זין פֿון כָּלֵבֿ, ירַחמְאֵלס ברודער: מֵישָע זײַן בכוֹר, װאָס איז געװען דער פֿאָטער פֿון זיפֿן, און די זין פֿון מָרֵשָה דעם פֿאָטער פֿון חֶבֿרוֹנען. 43און די זין פֿון חֶבֿרוֹנען זײַנען געװען: קֹרַח און תַּפּוחַ, און רֶקֶם, און שֶמַע. 44און שֶמַע האָט געבאָרן רַחם דעם פֿאָטער פֿון יַרקעָמען, און רֶקֶם האָט געבאָרן שַמַין. 45און דער זון פֿון שַמַין איז געװען מָעוֹן, און מָעוֹן איז געװען דער פֿאָטער פֿון בֵית-צור. 46און עֵיפֿה, כָּלֵבֿס קעפּסװײַב, האָט געבאָרן חָרָנען, און מוֹצאָן, און גָזֵזן; און חָרָן האָט געבאָרן גָזֵזן. 47און די זין פֿון יָהדָין זײַנען געװען: רֶגֶם, און יוֹתָם, און גֵישָן, און פּלֶט, און עֵיפֿה, און שַעַף. 48מַעֲכָה, כָּלֵבֿס קעפּסװײַב, האָט געבאָרן שֶבֿרן, און תִּרחנָהן. 49און די װײַב פֿון שַעַף דעם פֿאָטער פֿון מַדמַנָה, האָט געבאָרן שוָא דעם פֿאָטער פֿון מַכְבֵּנָה און דעם פֿאָטער פֿון גִבֿעָא. און די טאָכטער פֿון כָּלֵבֿן איז געװען עַכסָה. 50דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון כָּלֵבֿן.

די זין פֿון חור, דעם בכוֹר פֿון אֶפֿרָתן: שוֹבָֿל דער פֿאָטער פֿון קִריַת-יְעָרים, 51שַׂלמאָ דער פֿאָטער פֿון בֵית-לֶחֶם, חָרֵף דער פֿאָטער פֿון בֵית-גָדֵר. 52און די קינדער פֿון שוֹבָֿל דעם פֿאָטער פֿון קִריַת-יְעָרים זײַנען געװען: הָרוֹאֶה, און האַלב מנוחוֹת. 53און די משפּחות פֿון קִריַת-יְעָרים זײַנען געװען: די יתֵרים, און די פּותים, און די שומָתים, און די מִשרָעִים. פֿון די דאָזיקע זײַנען אַרױסגעקומען די צָרעָתים, און די אֶשתָּאולים.

54די קינדער פֿון שַׂלמאָן: בֵית-לֶחֶם, און די נטוֹפֿתים, עַטרוֹת-בית-יוֹאָבֿ, און אַ העלפֿט פֿון די מָנַחַתער, די צָרעִים. 55און די משפּחות פֿון די שרײַבער, די באַװױנער פֿון יַעְבץ, זײַנען געװען: די תִּרעָתים, די שִמעָתים, די שׂוכָתים. דאָס זײַנען די קֵינים װאָס קומען אַרױס פֿון חמַת דעם פֿאָטער פֿון דעם הױז פֿון רֵכָבֿ.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 11 Chronicles 3 ►