1און אין צװעלפֿטן חודש, דאָס איז חודש אָדֶר, אין דרײַצנטן טאָג אין אים, װען דער אָנזאָג פֿון דעם מלך און זײַן באַפֿעל איז געקומען נאָנט צום געטאָן װערן, אין דעם טאָג װאָס די פֿײַנט פֿון די ייִדן האָבן געהאָפֿט צו געװעלטיקן איבער זײ, און עס איז געװאָרן פֿאַרקערט, אַז זײ, די ייִדן, האָבן געװעלטיקט איבער זײערע שָׂונאים, 2האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די ייִדן אין זײערע שטעט, אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש אױסצושטרעקן אַ האַנט אױף די װאָס האָבן געזוכט אױף זײ בײז; און קײנער איז נישט באַשטאַנען אַקעגן זײ, װאָרעם זײער מורא איז געפֿאַלן אױף אַלע פֿעלקער. 3און אַלע האַרן פֿון די מדינות, און די סאַטראַפּן, און די פֿירשטן, און דעם מלכס װירטשאַפֿטער, האָבן אונטערגעהאָלפֿן די ייִדן, װאָרעם די מורא פֿאַר מָרדכַין איז געפֿאַלן אױף זײ. 4װײַל מָרדכַי איז געװען גרױס אין הױז פֿון מלך, און זײַן שם איז געגאַנגען אין אַלע מדינות; װאָרעם דער מאַן מָרדכַי איז געװאָרן אַלץ גרעסער. 5און די ייִדן האָבן געשלאָגן צװישן אַלע זײערע פֿײַנט אַ שלאַק פֿון שװערד און טײטונג און פֿאַרטיליקונג, און זײ האָבן געטאָן מיט זײערע שָׂונאים לױט זײער װילן. 6און אין דער הױפּטשטאָט שושַן האָבן די ייִדן געהרגעט און אומגעבראַכט פֿינף הונדערט מאַן. 7אױך פַּרשַנדָתאָ, און דַלפֿון, און אַספָּתאָ, 8און פּוֹרָתאָ, און אַדַלְיאָ, און אַרידָתאָ. 9און פַּרמַשתּאָ, און אַריסַי, און אַרידַי און װאַיזָתאָ, 10די צען זין פֿון הָמָן דעם זון פֿון הַמדָתאָן, דעם צוֹרר הַיהודים, האָבן זײ געהרגעט; אָבער צום רױב האָבן זײ נישט אױסגעשטרעקט זײער האַנט.
11אין יענעם טאָג איז געקומען די צאָל פֿון די הרוגים אין דער הױפּטשטאָט שושַן, פֿאַר דעם מלך. 12האָט דער מלך געזאָגט צו אֶסתֵּר המלכּה: אין דער הױפּטשטאָט שושַן האָבן די ייִדן געהרגעט און אומגעבראַכט פֿינף הונדערט מאַן, און הָמָנס צען זין; װאָס שױן האָבן זײ געטאָן אין די איבעריקע מדינות פֿון מלך! און װאָס נאָר דײַן פֿאַרלאַנג, װעט דיר געגעבן װערן, און װאָס נאָך דײַן בקשה, װעט געטאָן װערן. 13האָט אֶסתֵּר געזאָגט: אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, זאָל אױך מאָרגן געגעבן װערן די ייִדן װאָס אין שושַן צו טאָן אַזױ װי דער באַפֿעל פֿון הײַנט; און די צען זין פֿון הָמָנען זאָל מען אױפֿהענגען אױף דער תּליה. 14האָט דער מלך געהײסן אַז אַזױ זאָל געטאָן װערן, און אַ באַפֿעל איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין שושַן; און די צען זין פֿון הָמָנען האָט מען אױפֿגעהאַנגען. 15און די ייִדן װאָס אין שושַן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױך אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש אָדֶר, און האָבן אױסגעהרגעט אין שושַן דרײַ הונדערט מאַן; אָבער צום רױב האָבן זײ נישט אױסגעשטרעקט זײער האַנט.
16און די איבעריקע ייִדן װאָס אין די מדינות פֿון מלך האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זיך געשטעלט פֿאַר זײער לעבן, און זײ זײַנען לױז געװאָרן פֿון זײערע פֿײַנט, און האָבן אױסגעהרגעט פֿון זײערע שָׂונאים פֿינף און זיבעציק טױזנט; אָבער צום רױב האָבן זײ נישט אױסגעשטרעקט זײער האַנט.
17דאָס איז געװען אין דרײַצנטן טאָג פֿון חודש אָדֶר; און אין פֿערצנטן טאָג אין אים האָבן זײ גערוט, און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ טאָג פֿון אַ סעודה און אַ שׂימחה. 18אָבער די ייִדן װאָס אין שושַן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין דרײַצנטן און אין פֿערצנטן טאָג אין אים, און אין פֿופֿצנטן טאָג אין אים האָבן זײ גערוט, און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ טאָג פֿון אַ סעודה און אַ שׂימחה. 19דערום מאַכן די ייִדן פֿון די אָפֿענע ערטער, די װאָס זיצן אין אָפֿענע שטעט, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש אָדֶר אַ שׂימחה און אַ סעודה און אַ יוֹם-טובֿ, מיט שַלַח-מָנות פֿון אײנעם צום אַנדערן.
20און מָרדכַי האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע זאַכן, און ער האָט געשיקט בריװ צו אַלע ייִדן װאָס אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, די נאָנטע און די װײַטע, 21צו באַפֿעסטיקן אױף זײ, אַז זײ זאָלן האַלטן דעם פֿערצנטן טאָג פֿון חודש אָדֶר, און דעם פֿופֿצנטן טאָג אין אים, אַלע יאָר אין יאָר, 22אַזױ װי די טעג װאָס די ייִדן זײַנען לױז געװאָרן פֿון זײערע פֿײַנט, און דעם חודש װאָס איז זײ פֿאַרקערט געװאָרן פֿון קומער אין אַ שׂימחה, און פֿון טרױער אין אַ יוֹם-טובֿ; זײ צו מאַכן פֿאַר טעג פֿון אַ סעודה און אַ שׂימחה, מיט שַלַח-מָנות פֿון אײנעם צום אַנדערן, און מתָּנות צו אָרימע לײַט. 23און די ייִדן האָבן אָנגענומען װאָס זײ האָבן אָנגעהױבן צו טאָן, און װאָס מָרדכַי האָט צו זײ געשריבן. 24װאָרעם הָמָן דער זון פֿון הַמדָתאָן, דער אַגָגי, דער צוֹרר אױף אַלע ייִדן, האָט געטראַכט אױף די ייִדן זײ אונטערצוברענגען, 25און ער האָט עװאָרפֿן אַ פּור, דאָס איז אַ גורל, זײ צו פֿאַרטומלען און זײ אונטערצוברענגען. אָבער אַז זי איז געקומען פֿאַרן מלך, האָט ער אָנגעזאָגט מיט אַ בריװ, אַז זײַן בײזע מחשבֿה װאָס ער האָט געטראַכט אױף די ייִדן, זאָל זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ; און מע האָט אױפֿגעהאַנגען אים און זײַנע זין אױף דער תּליה. 26דערום האָט מען גערופֿן די דאָזיקע טעג פּורים, אױף דעם נאָמען פּור. דערפֿאַר, פֿון װעגן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בריװ, און װאָס זײ האָבן זיך אָנגעזען דערפֿון, און װאָס זײ איז געשען, 27האָבן די ייִדן באַפֿעסטיקט און גענומען אױף זיך, און אױף זײערע קינדער, און אױף אַלע װאָס באַהעפֿטן זיך אָן זײ, אַז עס זאָל נישט בטל װערן, צו האַלטן די דאָזיקע צװײ טעג, אַזױ װי עס איז געשריבן װעגן זײ, און לױט זײער צײַט, אַלע יאָר פֿאַר יאָר. 28און די דאָזיקע טעג זאָלן געדאַכט װערן, און געהאַלטן װערן אין איטלעכן דור, איטלעכער משפּחה, איטלעכער מדינה, און איטלעכער שטאָט; און די דאָזיקע טעג פֿון פּורים זאָלן נישט אָפּגעשאַפֿט װערן פֿון צװישן ייִדן, און זײער געדעכעניש זאָל נישט אױפֿהערן בײַ זײערע קינדער.
29און אֶסתֵּר המלכּה, די טאָכטער פֿון אַבֿיהַיִלן, און מָרדכַי דער ייִד, האָבן געשריבן מיט גאָרער שטאַרקײט, צו באַפֿעסטיקן דעם דאָזיקן צװײטן בריװ װעגן פּורים. 30און ער האָט צעשיקט בריװ צו אַלע ייִדן, צו די הונדערט און זיבן און צװאַנציק מדינות פֿון אַחַשוֵרוֹשעס קיניגרײַך, מיט װערטער פֿון פֿריד און װאָרהאַפֿטיקײט, 31אַז זײ זאָלן באַפֿעסטיקן די דאָזיקע טעג פֿון פּורים אין זײערע צײַטן, אַזױ װי מָרדכַי דער ייִד און אֶסתֵּר המלכּה האָבן באַפֿעסטיקט אױף זײ, און אַזױ װי זײ האָבן באַפֿעסטיקט אױף זיך אַלײן און אױף זײערע קינדער, די אָנזאָגן װעגן די תָּענֵיתים און זײער קלאָג. 32און אֶסתֵּרס באַפֿעל האָט באַפֿעסטיקט די דאָזיקע אָנזאָגן װעגן פּורים; און עס איז פֿאַרשריבן געװאָרן אין אַ בוך.