AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 26
◄ Job 25
Job 26
אִיובֿ 26
Job 27 ►

1האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

2װי האָסטו געהאָלפֿן דעם װאָס אָן כּוֹח!
בײַגעשטאַנען דעם אָרעם אָן מאַכט!
3װי האָסטו געעצהט דעם װאָס אָן חכמה,
און קלוגשאַפֿט אַ סך געלאָזט װיסן!
4מיט װעמעס הילף האָסטו געזאָגט די װערטער?
און װעמעס אָטעם איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דיר?
5די מתים ציטערן,
די װאַסערן פֿון אונטן מיט זײערע באַװױנער.
6נאַקעט איז שְׁאֹול פֿאַר אים,
און אָן אַ צודעק איז דער אָפּגרונט.
7ער שפּרײט אױס דעם צפֿון איבער דעם תּוהו,
ער הענגט אױף די ערד אױף גאָרנישט.
8ער בינדט אײַן די װאַסערן אין זײַנע כמאַרעס,
און נישט צעפּלאַצט װערט דער װאָלקן אונטער זײ.
9ער פֿאַרדעקט דעם פּנים פֿונעם טראָן,
ער פֿאַרשפּרײט זײַן װאָלקן איבער אים.
10ער האָט געצירקלט אַ גרענעץ אױפֿן װאַסער,
ביז צום סוף פֿון ליכט און פֿינצטערניש.
11די זײַלן פֿון הימל טרײסלען זיך,
און װערן צעטומלט פֿון זײַן אָנגעשרײ.
12מיט זײַן כּוֹח צערודערט ער דעם ים,
און מיט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט צעהאַקט ער רַהַבֿ.
13דורך זײַן אָטעם װערט לױטער דער הימל;
זײַן האַנט האָט אַרײַנגעשטאָכט {חלל}[1] די לױפֿיקע שלאַנג.
14זע, דאָס זײַנען טײל פֿון זײַנע װעגן;
און װאָס פֿאַר אַ קלײן מורמל הערן מיר פֿון אים!
אָבער דעם דונער פֿון זײַנע גבֿורות װער קען פֿאַרשטײן?
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 25Job 27 ►