1מיר אַלײן עקלט מײַן לעבן;
איך װעל פֿון מיר לױז לאָזן מײַן קלאָג,
איך װעל רעדן אין דער ביטערקײט פֿון מײַן זעל.
2איך װעל זאָגן צו אֱלוֹהַּ: זאָלסט מיך נישט שולדיק מאַכן;
לאָז מיך װיסן פֿאַר װאָס דו קריגסט זיך מיט מיר.
3איז דיר גוט אַז דו דריקסט,
אַז דו פֿאַראַכטסט די מי פֿון דײַנע הענט,
און דעם באַראָט פֿון די רשעים באַשײַנסטו?
4זײַנען אױגן פֿון פֿלײש בײַ דיר?
צי זעסטו װי אַ מענטש זעט?
5זײַנען װי די טעג פֿון אַ מענטשן דײַנע טעג,
צי דײַנע יאָרן װי די טעג פֿון אַ מאַן?
6אַז דו זוכסט מײַן זינד,
און פֿאָרשט מײַן חטא,
7הגם דו װײסט אַז איך בין נישט שולדיק,
נאָר נישטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון דײַן האַנט.
8דײַנע הענט האָבן מיך געפֿורעמט און געמאַכט
מיט אַלעם מיט אַנאַנדער, דאָך טוסט דו מיך פֿאַרדאַרבן.
9געדענק פֿאָרט, אַז װי לײם האָסטו מיך געמאַכט,
און צו שטױב װעסטו מיך אומקערן.
10פֿאַר װאָר, װי מילך האָסטו מיך אױסגעגאָסן,
און װי קעז האָסטו מיך פֿאַרגליװערט.
11מיט הױט און פֿלײש האָסטו מיך באַקלײדט,
און מיט בײנער און אָדערן געפֿלאָכטן.
12לעבן און גענאָד האָסטו מיר באַשערט,
און דײַן אָבאַכט האָט אָפּגעהיט מײַן גײַסט.
13אָבער דאָס האָסטו באַהאַלטן אין דײַן האַרצן,
איך װײס אַז דאָס האָסטו געהאַט אין זינען:
14אַז איך זינדיק, װעסטו מיך היטן,
און פֿון מײַן חטא מיך נישט רײן מאַכן.
15אַז איך בין שולדיק, איז װײ צו מיר,
און בין איך גערעכט, קען איך נישט אױפֿהײבן דעם קאָפּ,
זאַט מיט שאַנד, און זעענדיק מײַן פּײַן.
16און הײבט ער זיך אױף, יאָגסטו מיך װי אַ לײב,
און אַלץ װידער באַגײסטו זיך משונה קעגן מיר.
17באַנײַסט דײַנע עדות קעגן מיר,
און מערסט דײַן כּעס אױף מיר;
געביטן נאָכאַנאַנד װערט דער חיל קעגן מיר.
18און נאָך װאָס האָסטו מיך פֿון טראַכט אַרױסגעצױגן?
איך װאָלט פֿאַרגאַנגען, און אַן אױג װאָלט מיך נישט אָנגעזען.
19װי נישט געװען װאָלט איך געװען,
פֿון מוטערלײַב װאָלט איך צום קבֿר געבראַכט געװאָרן.
20מײַנע טעג זײַנען דאָך װינציק, טאָ הער אױף,
און טו זיך אָפּ פֿון מיר, איך זאָל זיך אױפֿמונטערן אַ ביסל,
21אײדער איך גײ אַװעק זיך נישט אומצוקערן,
אין אַ לאַנד פֿון חושך און טױטשאָטן,
22אַ לאַנד טונקל װי די פֿינצטערניש אַלײן,
טױטשאָטן אָן אָרדענונג,
װוּ אַפֿילו אַז עס שײַנט, איז װי פֿינצטערניש.