AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 18
◄ Job 17
Job 18
אִיובֿ 18
Job 19 ►
1האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:
2ביז װאַנען װעט איר מאַכן געיעגן אױף װערטער?
באַטראַכט, און דערנאָך װעלן מיר רעדן.
3פֿאַר װאָס װערן מיר גערעכנט װי בהמות,
געהאַלטן פֿאַר פֿאַרשטאָפּט אין אײַערע אױגן?
4דו װאָס פֿאַרצוקסט זיך אַלײן אין דײַן צאָרן,
זאָל פֿון דײַנעט װעגן פֿאַרלאָזט װערן די ערד,
און אַ פֿעלדז אַװעקגערוקט װערן פֿון זײַן אָרט?
5יאָ, דאָס ליכט פֿון די רשעים װעט פֿאַרלאָשן װערן,
און נישט שײַנען װעט דער פֿונק פֿון זײַן פֿײַער.
6די ליכטיקײט װעט פֿינצטער װערן אין זײַן געצעלט,
און זײַן ליכט װעט פֿאַרלאָשן װערן איבער אים.
7די שפּרײַזן פֿון זײַן מאַכט װעלן געענגט װערן,
און אים װעט אַנידערװאַרפֿן זײַן אײגענע עצה.
8װאָרעם ער װערט געטריבן פֿון זײַנע פֿיס אין דער נעץ,
און אױף אַ פּאַסטקע גײט ער אום.
9כאַפּן פֿאַרן טריט װעט אַ פֿאַנגנעץ,
פֿעסט װעט אים האַלטן דער קנופּ.
10באַהאַלטן אין דער ערד איז אַ שטריק פֿאַר אים,
און אַ כאַפּשטײַג פֿאַר אים איז אױפֿן שטעג.
11רונד אַרום גרױלן אים שרעקענישן,
און זײ יאָגן אים אױף זײַנע טריט.
12הונגעריק װעט זײַן זײַן אומגליק,
און דער בראָך איז אָנגעברײט בײַ זײַן זײַט.
13אױפֿעסן װעט די גלידער פֿון זײַן לײַב,
אױפֿעסן װעט זײַנע גלידער דער בכוֹר פֿון טױט.
14אױסגעריסן װעט װערן פֿון זײַן געצעלט זײַן פֿאַרזיכערונג,
און עס װעט אים מאַכן שפּרײַזן צו דעם מלך פֿון שרעקעניש.
15רוען װעט אין זײַן געצעלט נישט זײַן האָב;
אױף זײַן װױנונג װעט אױסגעשפּרײט װערן שװעבל.
16פֿון אונטן װעלן טריקענען זײַנע װאָרצלען,
און פֿון אױבן װעט פֿאַרװעלקט װערן זײַן צװײַג.
17זײַן זָכר גײט אונטער פֿון דער ערד,
און ער האָט נישט קײן נאָמען דערױסן.
18מע װעט אים שטױסן פֿון ליכט אין פֿינצטערניש
און פֿון דער װעלט װעט מען אים פֿאַרװאָגלען.
19ער האָט נישט קײן קינד און קײן אײניקל צװישן זײַן פֿאָלק,
און קײן איבערבלײַב אין זײַנע װױנונגען.
20איבער זײַן שטראָפֿטאָג װערן צעגרױלט די שפּעטערדיקע,
און די פֿריִערדיקע נעמט אָן אַ שױדער.
21יאָ, דאָס זײַנען די װױנונגען פֿון דעם פֿאַרברעכער,
און דאָס איז דער אָרט פֿון דעם װאָס װײס נישט פֿון אֵל.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 17Job 19 ►