AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Genesis 9
◄ Genesis 8
Genesis 9
בְּרֵאשִׁית 9
Genesis 10 ►

1און אלֹקים האָט געבענטשט נֹחן און זײַנע זין, און האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד. 2און אײַער מורא און אײַער שרעק זאָל זײַן אױף יעטװעדער חיה פֿון דער ערד, און אױף יעטװעדער פֿױגל פֿון הימל, אױף אַלץ װאָס די ערד װידמענט, און אױף אַלע פֿישן פֿון ים; אין אײַער האַנט זײַנען זײ איבערגעגעבן. 3אַלץ װאָס באַװעגט זיך, װאָס לעבט, זאָל זײַן פֿאַר אײַך צום עסן; אַזױ װי גרינע קרײַטעכץ האָב איך אײַך דאָס אַלץ געגעבן. 4נאָר פֿלײש מיט זײַן לעבן, זײַן בלוט, זאָלט איר נישט עסן. 5און פֿאַר װאָר, אײַער בלוט, פֿון אײַערע נפֿשות, װעל איך אױפֿמאָנען; פֿון דער האַנט פֿון איטלעכער חיה װעל איך עס אױפֿמאָנען, און פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן, פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן זײַן ברודער, װעל איך אױפֿמאָנען דאָס לעבן פֿון אַ מענטשן.

6דער װאָס פֿאַרגיסט דאָס בלוט פֿון אַ מענטשן,
זאָל דורך אַ מענטשן זײַן בלוט פֿאַרגאָסן װערן;
װאָרעם אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים
האָט ער געמאַכט דעם מענטשן.

7און איר, פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך; װידמענט אײַך אױף דער ערד, און מערט אײַך אױף איר.

8און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן און צו זײַנע זין מיט אים, אַזױ צו זאָגן: 9און איך, זע, איך באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און מיט אײַער זאָמען נאָך אײַך, 10און מיט יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ יעטװעדער חיה פֿון דער ערד מיט אײַך, פֿון די אַלע װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, אַלע לעבעדיקע זאַכן פֿון דער ערד. 11און איך װעל באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און עס װעלן מער נישט פֿאַרשניטן {יִכָּרֵת}[1] װערן אַלע לײַבער פֿון אַ מבול-געװיסער, און עס װעט מער נישט זײַן קײן מבול אומצוברענגען די ערד. 12און אלֹקים האָט געזאָגט: דאָס איז דער צײכן[2] פֿון דעם ברית[3] װאָס איך מאַך צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, אױף אײביקע דורות: 13מײַן בױגן האָב איך אַרײַנגעטאָן אין װאָלקן, און ער װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון ברית צװישן מיר און צװישן דער ערד. 14און עס װעט זײַן, װען איך טו װאָלקענען אַ װאָלקן אױף דער ערד, אַזױ װעט זיך באַװײַזן דער בױגן אין דעם װאָלקן, 15און איך װעל זיך דערמאָנען אָן מײַן ברית װאָס צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש פֿון אַלע לײַבער, און דאָס װאַסער װעט מער נישט װערן אַ מבול אומצוברענגען אַלע לײַבער. 16און דער בױגן װעט זײַן אין דעם װאָלקן, און איך װעל קוקן אױף אים, כּדי זיך צו דערמאָנען אָן דעם אײביקן ברית צװישן אלֹקים און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש פֿון אַלע לײַבער װאָס אױף דער ערד. 17און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן: דאָס איז דער צײכן פֿון דעם ברית װאָס איך האָב אױפֿגעשטעלט צװישן מיר און צװישן אַלע לײַבער װאָס אױף דער ערד.

18און די זין פֿון נֹחן װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, זײַנען געװען שֵם, חָם, און יֶפֶֿת; און חָם, דאָס איז דער פֿאָטער פֿון כּנַעַן. 19די דאָזיקע דרײַ זײַנען געװען די זין פֿון נֹחן, און פֿון זײ האָט זיך צעשפּרײט די גאַנצע ערד.

20און נֹח דער אַקערמאַן האָט גענומען און האָט געפֿלאַנצט אַ װײַנגאָרטן. 21און ער האָט געטרונקען פֿון דעם װײַן, און איז געװאָרן שיכּור און האָט זיך אָפּגעדעקט אין זײַן געצעלט. 22האָט חָם דער פֿאָטער פֿון כּנַעַן געזען די נאַקעטקײט פֿון זײַן פֿאָטער, און האָט דערצײלט זײַנע צװײ ברידער דרױסן. 23האָבן שֵם און יֶפֶֿת גענומען אַ מאַנטל, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײערע בײדנס אַקסלען, און זײ זײַנען געגאַנגען הינטערװײַלעכץ, און האָבן צוגעדעקט די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער, מיט זײערע פּנימער אַהינטער, און זײ האָבן נישט געזען די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער. 24און נֹח האָט זיך אױסגעניכטערט פֿון זײַן װײַן, און האָט געמערקט װאָס זײַן ייִנגערער זון האָט אים געטאָן.

25און ער האָט געזאָגט:

פֿאַרשאָלטן[4] זאָל זײַן כּנַעַן,
אַ קנעכט פֿון קנעכט זאָל ער זײַן בײַ זײַנע ברידער.

26און ער האָט געזאָגט:

ברוך ה׳ אלוקי שֵם;
און כּנַעַן זאָל זײַן אַ קנעכט בײַ אים.
27דערברײטערן זאָל אלֹקים יֶפֶֿתן,
און ער זאָל רוען אין די געצעלטן פֿון שֵם;[5]
און כּנַעַן זאָל זײַן אַ קנעכט בײַ אים.

28און נֹח האָט געלעבט נאָכן מבול דרײַ הונדערט יאָר און פֿופֿציק יאָר. 29און אַלע טעג פֿון נֹחן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און פֿופֿציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRomans 14 →

1דעם שוואכן אין דער אמונה זאלט איר מקרב זיין, נאר נישט צו האלטן וויכוחים איבער צווייפלהאפטע מיינונגען. 2איינער גלויבט, אז ער מעג אלץ עסן, דער שוואכער אבער עסט בלויז גרינווארג. 3דער, וואס עסט, זאל נישט מבזה זיין דעם, וואס עסט נישט; און דער, וואס עסט נישט, זאל נישט משפטן דעם, וואס עסט יא; ווארום ה׳ האט אים מקבל געווען. 4ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן.

5איינער מאכט א חילוק צווישן איין טאג און אן אנדערן, און אן אנדערער האלט אלע טעג פאר גלייך; זאל יעדער זיין גאנץ זיכער ביי זיך אין דער מחשבה. 6דער, וואס האלט (א געוויסן) טאג, האלט ער אים פאר דעם האר; און דער, וואס עסט, עסט פאר דעם האר, ווארום ער דאנקט דאך ה׳ דערפאר; און דער, וואס עסט נישט, עסט נישט פאר דעם האר; און דאנקט אויך ה׳ דערפאר. 7ווארום קיינער פון אונדז לעבט נישט פאר זיך אליין, און קיינער שטארבט נישט פאר זיך אליין. 8ווארום ווען מיר לעבן, לעבן מיר צום האר, און ווען מיר שטארבן, שטארבן מיר צום האר; דעריבער, צי מיר לעבן צי מיר שטארבן, זענען מיר דעם הארס. 9ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק איז משיח געשטארבן און לעבעדיק געווארן, כדי ער זאל זיין האר איבער טויטע און לעבעדיקע.

10אבער דו, פארוואס משפטסטו דיין ברודער? אדער דו, פארוואס ביסטו מבזה דיין ברודער? ווארום מיר אלע וועלן שטיין פאר ה׳ס כסא המשפט. 11ווארום עס שטייט געשריבן: אזוי ווי איך לעב, זאגט דער האר ג‑ט, צו מיר וועט זיך בייגן יעדע קני, און יעדע צונג וועט לויבן ג‑ט. (ישעיהו מה, כג.) 12אָט אזוי ארום וועט יעדער איינער פון אונדז מוזן אפגעבן א דין וחשבון צו ה׳ פאר זיך אליין.

13טוט זשע מער נישט משפטן איינער דעם אנדערן. נאר האלט ליבער דאס פאר רעכט, נישט צו לייגן קיין מיכשול אדער א פאסטקע פאר דעם ברודער. 14איך ווייס, און בין בטוח אינם האר יהושע/ישוע, אז וועזנטלעך איז קיין זאך נישט טמא; אחוץ פאר אים, וואס באטראכט עפעס ווי טמא, פאר אים איז עס טמא. 15ווארום אויב דיין ברודער ווערט מצער דורך א מאכל, (וואס דו עסט), גייסטו מער נישט לויט דער ליבע. זאל יענער, פאר וועמען משיח איז געשטארבן, נישט פארלוירן ווערן דורך דיין שפייז! 16זאל דעריבער אייער גוטס נישט ווערן קיין סיבה צו לעסטערונג; 17ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש. 18ווארום דער, וואס דינט דעם משיח אינם דאזיקן, איז וואוילגעפעלן צו ה׳ און איז באוויליקט ביי מענטשן.

19לאמיר זשע זיך נאכיאגן נאך די זאכן פון שלום און נאך די זאכן, דורך וועלכע מיר וועלן דערבויען איינער דעם אנדערן. 20צעשטערט נישט ה׳ס זאך צוליב א מאכל. אלץ איז טהור; נאר עס איז שלעכט פאר דעם מענטשן, וואס ווען ער עסט עס, ווערט ער א מיכשול (פאר אן אנדערן). 21עס איז גוט נישט צו עסן קיין פלייש, און נישט צו טרינקען קיין וויין, און נישט צו טאן דאס, דורך וועלכן דיין ברודער שטרויכלט. 22די אמונה, וואס דו האסט, האב דיר פאר ה׳. וואויל איז דעם, וואס פארמשפט זיך נישט אליין דערמיט, וואס ער דערלויבט זיך. 23דער אבער, וואס איז מסופק, ווען ער עסט, איז פארמשפט ווייל ער טוט עס נישט פון אמונה; און אלץ, וואס איז נישט פון אמונה איז א חטא.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Genesis 8Genesis 10 ►