1און אַז אַבֿרם איז אַלט געװען נײַן און נײַנציק יאָר, האָט זיך ה׳ באַװיזן צו אַבֿרמען, און האָט צו אים געזאָגט: איך בין אֵל שַדַי; גײ פֿאַר מיר, און זײַ אױפֿריכטיק. 2און איך װעל מאַכן מײַן ברית צװישן מיר און צװישן דיר, און איך װעל דיך מערן זײער און זײער. 3איז אַבֿרם געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און אלֹקים האָט מיט אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: 4איך – זע, מײַן ברית װעט זײַן מיט דיר, און װעסט זײַן דער פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער. 5און דײַן נאָמען זאָל מער נישט גערופֿן װערן אַבֿרם, נאָר דײַן נאָמען זאָל זײַן אבֿרהם; װאָרעם פֿאַר דעם פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט. 6און איך װעל דיך פֿרוכפּערן זײער און זײער, און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר פֿעלקער, און מלכים װעלן אַרױסגײן פֿון דיר. 7און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן ברית צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן דײַן זאָמען נאָך דיר, אױף זײערע דור-דורות, פֿאַר אַן אײביקן ברית, צו אײַך צו זײַן דײַן אלֹקים און צו דײַן זאָמען נאָך דיר. 8און איך װעל געבן דיר און דײַן זאָמען נאָך דיר דאָס לאַנד פֿון דײַן װױנשאַפֿט {מָגֹור}, דאָס גאַנצע לאַנד כּנַעַן, פֿאַר אַן אײביקן אײגנטום; און איך װעל זײַן זײער אלֹקים. 9און אלֹקים האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: דו אָבער זאָלסט היטן מײַן ברית, דו און דײַן זאָמען נאָך דיר, אױף זײערע דור-דורות. 10דאָס איז מײַן ברית װאָס איר זאָלט היטן צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן דײַן זאָמען נאָך דיר: בײַ אײַך זאָל געמַלט װערן איטלעכער מאַנספּאַרשױן. 11און איר זאָלט געמַלט װערן אין דעם פֿלײש פֿון אײַער פֿאָרהױט, און עס װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון ברית צװישן מיר און צװישן אײַך. 12און צו אַכט טעג זאָל געמַלט װערן בײַ אײַך איטלעכער מאַנספּאַרשױן אױף אײַערע דור-דורות, געבאָרן אין הױז, אָדער געקױפֿט פֿאַר געלט פֿון עמיץ אַ פֿרעמדן װאָס איז נישט פֿון דײַן זאָמען. 13געמַלט מוז געמַלט װערן דער װאָס איז געבאָרן אין דײַן הױז, און דער װאָס איז געקױפֿט פֿאַר דײַן געלט; און מײַן ברית זאָל זײַן אין אײַער פֿלײש פֿאַר אַן אײביקן ברית. 14און אַן אומבאַשניטענער מאַנספּאַרשױן װאָס װעט זיך נישט מַלן אין דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן {כרת}[1] װערן פֿון איר פֿאָלק; מײַן ברית האָט ער פֿאַרשטערט.
15און אלֹקים האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: דײַן װײַב שָׂרַין זאָלסטו נישט רופֿן מיט איר נאָמען שָׂרַי, נײַערט שָׂרָה זאָל זײַן איר נאָמען. 16און איך װעל זי בענטשן, און װעל דיר אױך געבן פֿון איר אַ זון; יאָ, איך װעל זי בענטשן, און פֿעלקער װעלן װערן פֿון איר; מלכים פֿון אומות װעלן זײַן פֿון איר. 17איז אבֿרהם געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און ער האָט געלאַכט, און געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: קען בײַ אַ מאַן פֿון הונדערט יאָר געבאָרן װערן? און קען שׂרה צו נײַנציק יאָר געבערן? 18און אבֿרהם האָט געזאָגט צו האלֹקים: הלװאַי זאָל יִשמָעֵאל לעבן פֿאַר דיר! 19האָט אלֹקים געזאָגט: פֿאַר װאָר, דײַן װײַב שׂרה װעט דיר געבערן אַ זון, און זאָלסט רופֿן זײַן נאָמען יִצחָק; און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן ברית מיט אים פֿאַר אַן אײביקן ברית צו זײַן זאָמען נאָך אים[2]. 20און װעגן יִשמָעֵאלן האָב איך דיך צוגעהערט; זע, איך האָב אים געבענטשט, און איך װעל אים פֿרוכפּערן, און װעל אים מערן זײער און זײער; צװעלף פֿירשטן װעט ער געבערן, און איך װעל אים מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק. 21מײַן ברית אָבער װעל איך אױפֿשטעלן מיט יִצחָקן, װאָס שׂרה װעט דיר געבערן צו דער צײַט אױפֿן אַנדער יאָר.
22און װי ער האָט געענדיקט רעדן מיט אים, אַזױ האָט אלֹקים זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער אבֿרהמען.
23און אבֿרהם האָט גענומען זײַן זון יִשמָעֵאלן, און אַלע זײַנע הױזגעבאָרענע, און אַלע זײַנע געקױפֿטע פֿאַר געלט, יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די הױזלײַט פֿון אבֿרהמען, און ער האָט געמַלט דאָס פֿלײש פֿון זײער פֿאָרהױט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, אַזױ װי אלֹקים האָט צו אים גערעדט. 24און אבֿרהם איז געװען נײַן און נײַנציק יאָר אַלט, װען ער איז געמַלט געװאָרן אין דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט. 25און זײַן זון יִשמָעֵאל איז געװען דרײַצן יאָר אַלט, װען ער איז געמַלט געװאָרן אין דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט. 26אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג איז געמַלט געװאָרן אבֿרהם און זײַן זון יִשמָעֵאל. 27און אַלע מאַנסלײַט פֿון זײַן הױז, געבאָרן אין הױז, אָדער געקױפֿט פֿאַר געלט פֿון אַ פֿרעמדן, זײַנען געמַלט געװאָרן מיט אים.
1וואס זשע זאלן מיר זאגן וועגן אברהם אבינו? וואס האט ער דען דערגרייכט לויטן פלייש? 2ווארום אויב אברהם איז גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים (טובים), האט ער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען, אבער נישט פאר ה׳. 3ווייל וואס זאגן די כתבי (הקודש)? אברהם האט געגלויבט ה׳ און דאס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט. (בראשית טו, ו.) 4דעם ארבעטער אבער ווערט דער לוין נישט פאררעכנט אלס חסד נאר אלס א חוב. 5אבער דעם, וואס ארבעט נישט, נאר גלויבט אין אים, וואס מאכט גערעכט דעם רשע, ווערט זיין אמונה אים פאררעכנט צו גערעכטיקייט.
6דוד רעדט אויך אזוי איבער דער גליקלעכקייט פון דעם מענטשן, וועמען ה׳ פאררעכנט גערעכטיקייט אָן (פארלאזן זיך אויף) מעשים (טובים): 7וואויל איז די, וועמעס אומגערעכטיקייטן זענען פארגעבן געווארן און וועמעס זינד זענען פארדעקט געווארן; 8וואויל איז דעם מענטש, וועמען דער האר ג‑ט רעכנט נישט צו קיין זינד. (תהלים לב, ב, ג.)
9צי איז דען די דאזיקע גליקלעכקייט פאר דעם געמלטן אליין אדער אויך פאר דעם נישט געמלטן? ווארום מיר זאגן דאך, אז אברהמען איז דער גלויבן פאררעכנט געווארן אלס גערעכטיקייט. 10וויאזוי זשע איז עס אים פאררעכנט געווארן? זייענדיק געמלט, אדער איידער ער האט זיך מל געווען? ניין, נישט ווען ער איז שוין געווען געמלט, נאר ווען ער איז נאך געווען אין ערלה; 11און דעם צייכן פון מילה האט ער באקומען ווי א חתימה פון דער גערעכטיקייט פון אמונה, וואס ער האט געהאט איידער נאך ער האט זיך מל געווען; כדי ער זאל זיין דער פאטער פון אלע נישט געמלטע מאמינים, אז עס זאל אויך זיי פאררעכנט ווערן צו גערעכטיקייט; 12און דער פאטער פון די געמלטע, צו זיי, וואס נישט נאר זענען זיי געמלט, נאר גייען אין די פוסטריט פון דער אמונה, וועלכע אברהם אבינו האט געהאט נאך איידער ער האט זיך מל געווען.
13ווארום די הבטחה, אז אברהם אדער זיין זאמען וועט ירשענען די וועלט, איז נישט געווען דורך דער געזעץ, נאר דורך דער צדקות פון אמונה. 14ווארום אויב נאר די געזעץ לייט זענען יורשים, דאן האט די אמונה פארלוירן די ווערט און די הבטחה איז בטל; 15ווייל די געזעץ ווירקט צארן (שטראף); און וואו עס איז נישטא קיין געזעץ, דארט איז אויך נישט פאראן קיין עבירה. 16צוליב דעם דורך אמונה, כדי עס זאל זיין לויט חסד, אז די הבטחה זאל זיין פארזיכערט צו דעם גאנצן זאמען; נישט נאר צו די פון דער געזעץ אליין, נאר אויך צו די פון דעם גלויבן פון אברהם, וועלכער איז אונדזער אלעמענס פאטער— 17ווי עס שטייט געשריבן: איך האב דיך באשטימט פאר א פאטער פון פיל פעלקער (בראשית יז, ה.) —פאר ה׳, וועמען ער האט געגלויבט, אז ער מאכט לעבעדיק די טויטע און רופט דאס נישט עקזיסטירנדיקע פונקט ווי עס וואלט שוין עקזיסטירט. 18וואס, ווען עס איז נישט געווען קיין גרונט פאר האפענונג, האט דאך געגלויבט אין דער האפענונג, אז ער וועט ווערן א פאטער פון פיל פעלקער, ווי עס איז אים צוגעזאגט געווארן: אזוי וועט זיין דיין זאמען. (בראשית טו, ה.) 19און איז נישט שוואך געווארן אין גלויבן, ווען ער האט נאכגעדענקט איבער זיין אייגענעם שוין כמעט טויטן גוף—ער איז דעמאלט אלט געווען באלד הונדערט יאר—און שרהס אפגעשטארבענער מוטערטראכט; 20און האט נישט געצווייפלט דורך אומגלויבן אין ה׳ס הבטחה, נאר זיך געשטארקט אין אמונה, אפגעבנדיק כבוד צו ה׳, 21און זייענדיק פולשטענדיק איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד צו טאן וואס ער האט צוגעזאגט. 22דערפאר איז עס אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט.
23נישט נאר פאר אים אליין איז עס געשריבן געווארן; עס איז אים פאררעכנט געווארן, 24נאר אויך פאר אונדזערטוועגן, וועמען עס וועט פאררעכנט ווערן, וואס גלויבן אין אים, וועלכער האט אויפגעוועקט פון די טויטע יהושען/ישוען אונדזער האר, 25וועלכער איז איבערגעגעבן געווארן (צום טויט) צוליב אונדזערע עבירות און אויפגעוועקט געווארן פאר אונדזער גערעכטפערטיקונג.