AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Genesis 4
◄ Genesis 3
Genesis 4
בְּרֵאשִׁית 4
Genesis 5 ►

1און דער מענטש האָט דערקענט זײַן װײַב חַוָהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן קַיִנען, און זי האָט געזאָגט: איך האָב דערװאָרבן אַ מענטש דורך ה׳. 2און זי האָט װידער געבאָרן – זײַן ברודער הֶבלען.

און הֶבל איז געװען אַ פּאַסטוך פֿון שאָף, און קַיִן איז געװען אַן ערדאַרבעטער. 3און עס איז געװען נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג, האָט קַיִן געבראַכט פֿון דער פֿרוכט פֿון דער ערד אַ קָרבָּן {מִנְחָה} צו ה׳. 4און הֶבל, ער אױך האָט געבראַכט פֿון די ערשטלינגען פֿון זײַנע שאָף[1] און פֿון זײערע פֿעטסטע. און ה׳ האָט זיך געקערט צו הֶבלען און צו זײַן קָרבָּן {מִנְחָה},[2] 5און צו קַיִנען און צו זײַן קָרבָּן {מִנְחָה} האָט ער זיך נישט געקערט. האָט קַיִנען זײער געערגערט, און זײַן פּנים איז אַראָפּגעפֿאַלן. 6האָט ה׳ געזאָגט צו קַיִנען: פֿאַר װאָס פֿאַרדריסט דיך, און פֿאַר װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן דײַן פּנים? 7פֿאַר װאָר, אױב דו װעסט גוטס טאָן װעסטו אױפֿגענומען װערן, און אױב דו װעסט נישט גוטס טאָן, הױערט די זינד בײַ דער טיר; און צו דיר איז איר גלוסטונג, אָבער דו זאָלסט געװעלטיקן איבער איר.

8האָט קַיִן גערעדט צו זײַן ברודער הֶבלען. און עס איז געװען, װי זײ זײַנען געװען אין פֿעלד, אַזױ איז קַיִן אױפֿגעשטאַנען קעגן זײַן ברודער הֶבלען, און האָט אים געהרגעט.

9האָט ה׳ געזאָגט צו קַיִנען: װוּ איז דײַן ברודער הֶבל? האָט ער געזאָגט: איך װײס נישט; בין איך דען דער שומר פֿון מײַן ברודער? 10האָט ער געזאָגט: װאָס האָסטו געטאָן? דער קֹול פֿון דײַן ברודערס בלוט שרײַט צו מיר פֿון דער ערד. 11און אַצונד, פֿאַרשאָלטן[3] זאָלסטו זײַן פֿון דער ערד װאָס האָט אױפֿגעמאַכט איר מױל צוצונעמען דײַן ברודערס בלוט פֿון דײַן האַנט.[4] 12אַז דו װעסט באַאַרבעטן די ערד, זאָל זי דיר מער נישט געבן איר קראַפֿט; נעַ-ונַד זאָלסטו זײַן אױף דער ערד. 13האָט קַיִן געזאָגט צו ה׳: מײַן שטראָף איז צו גרױס אַריבערצוטראָגן. 14אָט האָסטו מיך הײַנט פֿאַרטריבן פֿון דעם געזיכט פֿון לאַנד, און פֿון דײַן פּנים װעל איך זײַן פֿאַרבאָרגן, און איך װעל זײַן נעַ-ונַד אױף דער ערד; װעט זײַן, װער-נאָר עס טרעפֿט מיך װעט מיך דערהרגען. 15האָט ה׳ צו אים געזאָגט: דערום װער-נאָר עס הרגעט קַיִנען זאָל זיבנפֿאַך גענומען װערן נקמה פֿון אים. און ה׳ האָט געמאַכט קַיִנען אַ צײכן, אַז קײנער װאָס טרעפֿט אים, זאָל אים נישט דערשלאָגן.

16און קַיִן איז אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳, און האָט זיך באַזעצט אין לאַנד נוֹד, אין מזרח פֿון עֵדֶן. 17און קַיִן האָט דערקענט זײַן װײַב, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן חַנוֹכן. און ער האָט געבױט אַ שטאָט, און האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט אַזױ װי דער נאָמען פֿון זײַן זון, חַנוֹך. 18און בײַ חַנוֹכן איז געבאָרן געװאָרן עִירָד, און עִירָד האָט געבאָרן מחוּיָאֵלן, און מחוּיָאֵל האָט געבאָרן מתושָאֵלן, און מתושָאֵל האָט געבאָרן לֶמֶכן. 19און לֶמֶך האָט זיך גענומען צװײ װײַבער; דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען עָדָה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער צִלָה. 20און עָדָה האָט געבאָרן יָבָלן; ער איז געװען דער פֿאָטער פֿון די װאָס זיצן אין געצעלטן און האָבן פֿיך. 21און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יובַל; ער איז געװען דער פֿאָטער פֿון אַלע װאָס האַלטן אַ האַרף און אַ פֿלײט. 22און צִלָה, זי אױך האָט געבאָרן תּובַֿל-קַיִנען, דעם אױסשלײַפֿער פֿון אַלערלײ קופּער און אײַזנגעצײַג; און די שװעסטער פֿון תּובַֿל-קַיִנען איז געװען נַעֲמָה.

23און לֶמֶך האָט געזאָגט צו זײַנע װײַבער:

עָדָה און צִלָה, הערט מײַן קֹול,
װײַבער פֿון לֶמֶכן, פֿאַרנעמט מײַן װאָרט;
װאָרעם איך הרגע אַ מאַן פֿאַר מײַן װוּנד,
און אַ ייִנגל פֿאַר מײַן בײַל;
24װײַל זיבנפֿאַך װערט גענומען פֿאַר קַיִנען נקמה,
פֿאַר לֶמֶכן אָבער זיבן און זיבעציק.

25און אָדָם האָט װידער דערקענט זײַן װײַב, און זי האָט געבאָרן אַ זון, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵת, װײַל: אלֹקים האָט מיר באַשערט אַן אַנדער זאָמען אַנשטאָט[5] הֶבלען, מחמת קַיִן האָט אים געהרגעט. 26און בײַ שֵתן, בײַ אים אױך איז געבאָרן געװאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען אֶנוֹש. דענצמאָל האָט מען אָנגעהױבן רופֿן צו דעם נאָמען ה׳.[6]

Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 John 3 →

1זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט. 2געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז. 3און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפענונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין. 4יעדער איינער, וועלכער טוט זינד, איז עובר די תורה; און זינד איז דאס עובר זיין אויף דער תורה. 5און איר ווייסט, אז ער איז אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל אוועקנעמען אונדזערע זינד; און אין אים איז נישטא קיין חטא. 6יעדער איינער, וועלכער בלייבט אין אים, זינדיקט נישט; ווער עס זינדיקט, דער האט אים נישט געזען, און אים נישט געקענט. 7קינדער, זאל אייך קיינער נישט פארפירן; ווער עס טוט עוסק זיין אין צדקות, דער איז א צדיק, ווי ער איז א צדיק; 8ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן. 9יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, טוט נישט קיין זינד, ווייל זיין זאמען בלייבט אין אים; און ער קען נישט זינדיקן, ווייל ער איז געבוירן געווארן פון ה׳. 10דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער. 11ווייל דאס דאזיקע איז די שמועה, וועלכע איר האט געהערט פון אנהויב אָן: אז מיר זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן; 12נישט ווי קין, וועלכער איז געווען פון דעם בייזן און האט געהרגעט זיין ברודער. און פארוואס האט ער אים געהרגעט? ווייל זיינע מעשים זענען געווען בייז, זיין ברודערס (מעשים) אבער זענען געווען גערעכט. (בראשית ד, ד-ח.)

13וואונדערט זיך נישט, ברידער, אויב די וועלט האט אייך פיינט. 14מיר ווייסן אז מיר זענען אריבערגעגאנגען פון טויט צום לעבן, ווייל מיר האבן ליב די ברידער. ווער עס האט נישט ליב, דער פארבלייבט אין דעם טויט. 15יעדער איינער, וועלכער האסט דעם ברודער זיינעם, איז א רוצח; און איר ווייסט, אז קיין מענטשנמערדער דאס אייביקע לעבן בלייבט אין אים נישט. 16דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער. 17ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים? 18קינדער, לאמיר נישט ליב האבן מיט ווערטער, אויך נישט מיט דער צונג, נאר בפועל ממש און באמת. 19דורך דעם דאזיקן וועלן מיר דערקענען, אז מיר זענען פון דעם אמת, און וועלן בארואיקן אונדזער הארץ פאר אים, 20אז ווען אונדזער הארץ פארמשפט אונדז, איז ה׳ גרעסער ווי אונדזער הארץ, און ווייסט אלץ. 21געליבטע, ווען אונדזער הארץ פארמשפט אונדז נישט, האבן מיר דרייסטקייט פאר ה׳; 22און וואס מיר בעטן, דאס באקומען מיר פון אים, ווייל מיר היטן אפ זיינע געבאטן, און טאן דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים. 23און אָט דאס דאזיקע איז זיין געבאט, אז מיר זאלן גלויבן אין דעם נאמען פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח, און ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי ער האט אונדז געגעבן א געבאט. 24און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Genesis 3Genesis 5 ►