1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: 2רעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און איר זאָלט זאָגן צו זײ: יעטװעדער מאַן, אַז ער װעט זײַן פֿלוסיק פֿון זײַן לײַב, איז זײַן פֿליסונג אומרײן. 3און דאָס זאָל זײַן זײַן אומרײנקײט אין זײַן פֿליסונג: סײַ זײַן לײַב רינט מיט זײַן פֿליסונג, סײַ זײַן לײַב איז פֿאַרשטאָפּט פֿון זײַן פֿליסונג, איז דאָס זײַן אומרײנקײט. 4איטלעך געלעגער װאָס דער פֿלוסיקער װעט דערױף ליגן, זאָל זײַן אומרײן, און איטלעכע זאַך װאָס ער װעט דערױף זיצן, זאָל זײַן אומרײן. 5און אַ מאַן װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײַן געלעגער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,[1] און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 6און דער װאָס זיצט אױף אַ זאַך װאָס דער פֿלוסיקער איז דערױף געזעסן, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,[2] און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 7און דער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם לײַב פֿון פֿלוסיקן, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,[3] און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 8און אַז דער פֿלוסיקער װעט אַרױפֿשפּײַען אױף אַ רײנעם, זאָל יענער װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,[4] און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 9און יעטװעדער רײַטזאַך װאָס דער פֿלוסיקער װעט רײַטן דערױף, זאָל זײַן אומרײן. 10און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן װאָס נאָר עס איז געװען אונטער אים, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט; און דער װאָס טראָגט עס, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,[5] און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 11און איטלעכער װאָס ער װעט אָנרירן װאָס האָט אַ פֿלוסיקן, און ער האָט נישט אָפּגעװאַשן זײַנע הענט אין װאַסער, זאָל ער טובל זײַן זײַנע קלײדער, און זיך טובלען אין װאַסער,[6] און זײַן טאַמע ביזן אָװנט.
12און אַ לײמענע כּלי װאָס דער פֿלוסיקער װעט זיך אָן איר אָנרירן, זאָל צעבראָכן װערן; און יעטװעדער הילצערנע כּלי זאָל אָפּגעשװענקט װערן אין װאַסער.
13און אַז דער פֿלוסיקער װעט רײן װערן פֿון זײַן פֿליסונג, זאָל ער זיך צײלן זיבן טעג פֿון זײַן רײן װערן, און װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין לעבעדיקע װאַסער,[7] און זײַן רײן. 14און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער זיך נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, און ער זאָל קומען פֿאַר ה׳ צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ געבן צום כּהן. 15און דער כּהן זאָל זײ מאַכן אײנע אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר ה׳ פֿון װעגן זײַן פֿליסונג.
16און אַ מאַן, אַז פֿון אים װעט אַרױסגײן אַ פֿלוס פֿון זאָמען, זאָל ער באָדן אין װאַסער[8] זײַן גאַנצן לײַב, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 17און יעטװעדער בגד, און יעטװעדער פֿעל, װאָס דערױף װעט זײַן פֿלוס פֿון זאָמען, זאָל געװאַשן װערן אין װאַסער,[9] און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 18און אַ פֿרױ, אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט איר אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זאָלן זײ זיך באָדן אין װאַסער,[10] און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
19און אַ פֿרױ, אַז זי װעט זײַן פֿלוסיק – בלוט װעט זײַן איר פֿליסונג פֿון איר לײַב – זאָל זי זיבן טעג זײַן אין איר אָפּזונדערונג, און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן איר אָן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 20און אַלץ װאָס זי װעט ליגן דערױף אין איר אָפּזונדערונג, זאָל זײַן אומרײן; און אַלץ װאָס זי װעט זיצן דערױף, זאָל זײַן אומרײן. 21און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן איר געלעגער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,[11] און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 22און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן עפּעס אַ זאַך װאָס זי זיצט דערױף, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,[12] און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 23אַפֿילו אױב ער איז אױף דעם געלעגער אָדער אױף דער זאַך װאָס זי זיצט דערױף, װען ער רירט זיך אָן דעם אָן, זאָל ער נאָר זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 24און אױב ליגן װעט ליגן מיט איר אַ מאַן, און איר אומרײניקײט װעט זײַן אױף אים, זאָל ער זײַן אומרײן זיבן טעג, און איטלעך געלעגער װאָס ער װעט ליגן דערױף, זאָל זײַן אומרײן.
25און אַ פֿרױ, אַז איר בלוטפֿליסונג װעט פֿליסן פֿיל טעג, נישט אין דער צײַט פֿון איר אָפּזונדערונג, אָדער זי װעט זײַן פֿלוסיק איבער דער צײַט פֿון איר אָפּזונדערונג, זאָל זי אַלע טעג פֿון איר אומרײנער פֿליסונג זײַן אַזױ װי אין די טעג פֿון איר אָפּזונדערונג; זי איז אומרײן. 26איטלעך געלעגער װאָס זי װעט ליגן דערױף אַלע טעג פֿון איר פֿליסונג, זאָל איר זײַן אַזױ װי דאָס געלעגער פֿון איר אָפּזונדערונג; און איטלעכע זאַך װאָס זי װעט זיצן דערױף, זאָל זײַן אומרײן אַזױ װי די אומרײנקײט פֿון איר אָפּזונדערונג. 27און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן, זאָל װערן אומרײן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,[13] און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 28און אַז זי װערט רײן פֿון איר פֿליסונג, זאָל זי זיך צײלן זיבן טעג, און דערנאָך זאָל זי זײַן רײן. 29און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל זי זיך נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, און זײ ברענגען צום כּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 30און דער כּהן זאָל מאַכן אײנע אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף איר פֿאַר ה׳ פֿון װעגן איר אומרײנער פֿליסונג.
31און איר זאָלט אָפּשײדן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון זײער אומרײנקײט, כּדי זײ זאָלן נישט שטאַרבן דורך זײער אומרײנקײט, אַז זײ װעלן פֿאַראומרײניקן מײַן מישכּן װאָס צװישן זײ.
32דאָס איז דער דין פֿון דעם פֿלוסיקן, און פֿון דעם װאָס פֿון אים גײט אַרױס אַ פֿלוס פֿון זאָמען, צו װערן אומרײן דורך דעם; 33און פֿון דער קראַנקער אין איר אָפּזונדערונג, און פֿון דעם װאָס איז פֿלוסיק מיט אַ פֿליסונג, סײַ אַ מאַנספּאַרשױן, און סײַ אַ פֿרױ; און פֿון אַ מאַן װאָס װעט ליגן מיט אַן אומרײנער.
1און זיי זענען געקומען אויף דער אנדערער זייט ים, אין דעם לאנד פון די געראסענער, 2און ווען ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם שיפל, איז אים גלייך אנטקעגנגעקומען פון די קברים ארויס א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט, 3וואס האט געהאט זיין וואוינונג אין די קברים, און קיינער האט אים שוין מער נישט געקענט בינדן, אפילו נישט מיט קיין קייט; 4ווייל א סך מאל האט מען אים געבונדן מיט פענטעס און מיט קייטן, און ער האט די קייטן צעריסן און די פענטעס צעריבן, און קיינער האט אים נישט געקענט בייקומען. 5און תמיד, טאג און נאכט, איז ער געווען צווישן די קברים און אויף די בערג, שרייענדיק און שלאגנדיק זיך מיט שטיינער. 6און ווי ער האט דערזען יהושען/ישוען פונדערווייטנס, איז ער געלאפן און האט זיך געבוקט פאר אים; 7און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן! 8ווארום ער האט צו אים געזאגט: דו אומריינער גייסט, גיי ארויס פון דעם מענטשן! 9און ער האט אים געפרעגט: וואס פאר א נאמען האסטו? און ער האט צו אים געזאגט: מיין נאמען איז לעגיאן, ווייל מיר זענען א סך. 10און ער האט אים פיל געבעטן, אז ער זאל זיי נישט ארויסשיקן פון דעם לאנד. 11און דארט ביים בארג האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. 12און זיי האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק אונדז צו די חזירים, כדי מיר זאלן אריינגיין אין זיי! 13און ער האט זיי געגעבן רשות. און די אומריינע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס געטאן פון דעם אראפהענגענדיקן פעלדזן אין ים אריין, אן ערך צוויי טויזנט, און זענען דערשטיקט געווארן אין ים. 14און די וואס האבן זיי געפאשעט זענען אנטלאפן, און האבן עס דערציילט אין דער שטאט, און אויפן לאנד. און מען איז געקומען זען וואס עס איז פארגעקומען. 15און זיי קומען צו יהושען/ישוען, און זען דעם באזעסענעם, וואס האט געהאט דעם לעגיאן, זיצן אנגעטאן און ביים קלארן פארשטאנד; און זיי האבן זיך געפארכטן. 16און די, וואס האבן עס געזען, האבן זיי דערציילט וויאזוי עס איז געשען מיט דעם באזעסענעם, און וועגן די חזירים. 17און זיי האבן אנגעהויבן אים צו בעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייערע גרענעצן. 18און ווען ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, האט אים דער, וואס איז געווען באזעסן געבעטן, אז ער זאל מיט אים בלייבן. 19און ער האט אים נישט געלאזט, נאר זאגט צו אים: גיי אהיים צו די דייניקע, און דערצייל זיי וואס פאר א גרויסע זאכן דער האר האט דיר געטאן, און ווי ער האט זיך אויף דיר מרחם געווען! 20און ער איז אוועקגעגאנגען, און האט אנגעהויבן אויסצורופן אין דעקאפאליס אלץ, וואס יהושע/ישוע האט פאר אים געטאן; און אלע האבן זיך געוואונדערט.
21און ווען יהושע/ישוע האט זיך ווידער אריבערגעשיפט אינם שיפל אויף יענער זייט, האט זיך ביי אים פארזאמלט א גרויסער המון מענטשן; און ער איז געווען ביים ים. 22און עס קומט איינער פון די גבאים פון דער שול, יאיר האט ער געהייסן, און זעענדיק אים, פאלט ער אנידער פאר זיינע פיס, 23און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן! 24און ער איז געגאנגען מיט אים, און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, און אים געשטופט.
25און א פרוי, וואס האט געליטן פון א בלוט פלוס צוועלף יאר לאנג, 26און האט זייער פיל געליטן פון א סך דאקטוירים, און אויסגעגעבן אלץ וואס זי האט געהאט, און עס האט איר גארנישט געהאלפן, נאר עס איז איר נאך ערגער געווארן, 27האבנדיק געהערט וועגן יהושען/ישוען, איז זי געקומען צווישן דעם המון מענטשן פון הינטן, און האט אנגערירט זיין מלבוש. 28ווארום זי האט זיך געטראכט: אויב איך וועל אנרירן בלויז זיינע מלבושים, וועל איך געהאלפן ווערן! 29און גלייך האט זיך פארטריקנט דער קוואל פון איר בלוט; און זי האט געפילט אין איר קערפער, אז זי איז געהיילט געווארן פון דער פלאג. 30און יהושע/ישוע, גלייך ווי ער האט דערפילט אין זיך אז די קראפט איז פון אים ארויסגעגאנגען, האט זיך אויסגעדרייט צווישן דעם המון מענטשן, און געזאגט: ווער האט אנגערירט מיינע מלבושים? 31און זיינע תלמידים האבן צו אים געזאגט: דו זעסט דער המון דרענגען דיך, און זאגסטו: ווער האט מיך אנגערירט? 32און ער האט זיך ארומגעקוקט צו זען זי, וואס האט דאס דאזיקע געטאן. 33די פרוי אבער, פארכטנדיק זיך און ציטערנדיק, ווייל זי האט געוואוסט וואס עס איז מיט איר געשען, איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט אים געזאגט דעם גאנצן אמת. 34און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דיין גלויבן האט דיר געהאלפן; גיי לשלום, און זיי געזונט פון דיין פלאג!
35בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט מען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז געשטארבן; וואס באמיסטו נאך דעם רבין? 36יהושע/ישוע אבער האט נישט געלייגט קיין אכט אויף דעם ווארט וואס איז גערעדט געווארן, נאר האט געזאגט צום גבאי: פארכט דיך נישט, גלויב נאר! 37און האט קיינעם נישט געלאזט מיטגיין, אחוץ פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן יעקבס ברודער. 38און זיי קומען צו דעם גבאיס הויז; און ער זעט א געטומל, און מען וויינט און קלאגט זייער פיל. 39און אריינגייענדיק זאגט ער צו זיי: וואס טומלט איר און וויינט? דאס קינד איז דאך נישט געשטארבן, עס שלאפט נאר. 40און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. ער אבער, נאך דעם ווי ער האט אלע ארויסגעטריבן, נעמט ער דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער, און די וואס זענען געווען מיט אים, און גייט אריין וואו דאס קינד איז געווען. 41און ער האט אנגענומען דאס קינד ביי דער האנט, און האט צו איר געזאגט: טליתא קומי! וואס פארטייטשט איז דאס: מיידעלע (איך זאג דיר) שטיי אויף! 42און דאס מיידעלע איז גלייך אויפגעשטאנען, און איז ארומגעגאנגען; ווארום זי איז שוין אלט געווען צוועלף יאר. און זיי זענען תיכף דערשטוינט געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג. 43און ער האט זיי זייער אנגעזאגט, אז קיינער זאל זיך דערפון נישט דערוויסן; און האט געהייסן מען זאל איר געבן צו עסן.