AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Leviticus 16
◄ Leviticus 15
Leviticus 16
וַיִּקְרָא 16
Leviticus 17 ►
אַחֲרֵי מוֹת

1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן נאָך דעם טױט[1] פֿון אַהרֹנס צװײ זין, װען זײ האָבן גענענט פֿאַר ה׳, און זײַנען געשטאָרבן; 2און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו דײַן ברודער אַהרֹנען, אַז ער זאָל נישט אַרײַנגײן צו יעטװעדער צײַט אין הײליקטום אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת, פֿאַרן דעק {כַּפֹּרֶת} װאָס איבערן אָרון, כּדי ער זאָל נישט שטאַרבן; װאָרעם איך באַװײַז זיך אין װאָלקן איבערן דעק {כַּפֹּרֶת}. 3דערמיט זאָל אַהרֹן קומען אין הײליקטום: מיט אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 4אַ הײליק לײַנען מאַנטל זאָל ער אָנטאָן, און לײַנענע הױזן זאָלן זײַן אױף זײַן לײַב, און מיט אַ לײַנענעם גאַרטל זאָל ער זיך אַרומגורטן, און מיט אַ לײַנענער הױב זאָל ער זיך באַהױבן; הײליקע קלײדער זײַנען דאָס, און ער זאָל באָדן זײַן לײַב אין װאַסער,[2] און זײ אָנטאָן. 5און פֿון דער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָל ער נעמען צװײ ציגנבעק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אײן װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 6און אַהרֹן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װאָס פֿאַר אים, און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף זיך און אױף זײַן הױזגעזינט. 7און ער זאָל נעמען די צװײ בעק, און זײ אַװעקשטעלן פֿאַר ה׳ בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 8און אַהרֹן זאָל אַרױפֿטאָן אױף בײדע בעק גורלות, אײן גורל פֿאַר ה׳, און אײן גורל פֿאַר עַזאָזל. 9און אַהרֹן זאָל מאַכן גענענען דעם באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גורל פֿאַר ה׳, און אים מאַכן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}. 10און דער באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גורל פֿאַר עַזאָזל, זאָל אַװעקגעשטעלט װערן אַ לעבעדיקער פֿאַר ה׳, מכַפּר צו זײַן איבער אים, אים אַװעקצושיקן צו עַזאָזל אין מדבר. 11און אַהרֹן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װאָס פֿאַר אים, און מכַפּר זײַן אױף זיך און אױף זײַן הױזגעזינט; און ער זאָל שעכטן דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װאָס פֿאַר אים. 12און ער זאָל נעמען אַ פֿולע פֿײַערפֿאַן פֿײַערקױלן פֿון דעם מזבח, פֿון פֿאַר ה׳, און זײַנע פֿולע הױפֿנס דינעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און ברענגען אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת. 13און ער זאָל אַרױפֿטאָן דעם װײַרעך אױפֿן פֿײַער פֿאַר ה׳, און דער װאָלקן פֿון דעם װײַרעך זאָל פֿאַרדעקן דעם דעק {כַּפֹּרֶת} װאָס איבערן צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},[3] כּדי ער זאָל נישט שטאַרבן.

14און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און שפּריצן מיט זײַן פֿינגער אױפֿן דעק {כַּפֹּרֶת} צו מזרח; און פֿאַרן דעק {כַּפֹּרֶת} זאָל ער שפּריצן פֿון דעם בלוט זיבן מאָל מיט זײַן פֿינגער.[4] 15און ער זאָל שעכטן דעם באָק פֿון דעם זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װאָס איז פֿאַר דעם פֿאָלק, און ער זאָל ברענגען זײַן בלוט אינעװײניק פֿון דעם פָּרוֹכֶת, און ער זאָל טאָן מיט זײַן בלוט אַזױ װי ער האָט געטאָן מיט דעם בלוט פֿון אָקס, און ער זאָל עס שפּריצן[5] אױפֿן דעם כַּפֹּרֶת און פֿאַר דעם כַּפֹּרֶת. 16און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם הײליקטום פֿון װעגן די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿון װעגן זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע חטאָים; און אַזױ זאָל ער טאָן צום אוֹהל-מוֹעד װאָס רוט בײַ זײ אין מיטן פֿון זײערע אומרײנקײטן. 17און קײן מענטש זאָל נישט זײַן אין אוֹהל-מוֹעד, װען ער קומט מכַפּר[6] צו זײַן אין הײליקטום, ביז ער גײט אַרױס. און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף זיך, און אױף זײַן הױזגעזינט, און אױף דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל. 18און ער זאָל אַרױסגײן צום מזבח װאָס פֿאַר ה׳, און מכַפּר זײַן אױף אים; און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און פֿון דעם בלוט פֿון באָק, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח רונד אַרום. 19און ער זאָל שפּריצן[7] אױף אים פֿון דעם בלוט מיט זײַן פֿינגער זיבן מאָל, און אים רײניקן, און אים הײליקן פֿון די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 20און אַז ער װעט ענדיקן מכַפּר זײַן אױפֿן הײליקטום, און אױפֿן אוֹהל-מוֹעד, און אױפֿן מזבח, זאָל ער מאַכן גענענען דעם לעבעדיקן באָק. 21און אַהרֹן זאָל אָנלענען זײַנע בײדע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם לעבעדיקן באָק, און זיך מתװדה זײַן איבער אים אױף אַלע זינד פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און אױף אַלע זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע חטאָים; און ער זאָל זײ אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם באָק, און אים אַװעקשיקן דורך דער האַנט פֿון אַן אומיסטנעם מענטשן אין מדבר. 22און דער באָק זאָל אַװעקטראָגן {נשׂא}[8] אױף זיך אַלע זײערע זינד אין אַן אָפּגעשניטענעם לאַנד; און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם באָק אין דער מדבר. 23און אַהרֹן זאָל אַרײַנגײן אין אוֹהל-מוֹעד, און אױסטאָן די לײַנענע קלײדער װאָס ער האָט אָנגעטאָן בײַ זײַן אַרײַנגײן אין הײליקטום, און ער זאָל זײ דאָרטן לאָזן. 24און ער זאָל באָדן זײַן לײַב אין װאַסער[9] אין אַ הײליקן אָרט, און אָנטאָן זײַנע קלײדער, און אַרױסגײן, און מאַכן זײַן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿון פֿאָלק, און מכַפּר זײַן אױף זיך און אױפֿן פֿאָלק. 25און דאָס פֿעטס פֿון דעם זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} זאָל ער דעמפֿן אױפֿן מזבח. 26און דער װאָס אַװעקגעשיקט דעם באָק צו עַזאָזל, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער,[10] און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער. 27און דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, װאָס זײער בלוט איז געבראַכט געװאָרן, מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, זאָל מען אַרױסטראָגן אױסן לאַגער[11], און פֿאַרברענען אין פֿײַער זײערע פֿעלן, און זײער פֿלײש, און זײער מיסט. 28און דער װאָס פֿאַרברענט זײ, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער,[12] און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער.

29און דאָס זאָל אײַך זײַן צום אײביקן געזעץ: אין זיבעטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, זאָלט איר פּײַניקן[13] {ענה}[14] אײַער נפֿש[15], און קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך. 30װאָרעם אין דעם דאָזיקן טאָג װעט מען מכַפּר זײַן אױף אײַך, אײַך צו רײניקן; פֿון אַלע אײַערע זינד װעט איר רײן װערן פֿאַר ה׳. 31אַ שבת פֿון רוּונג איז דאָס פֿאַר אײַך, און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; אַן אײביקן געזעץ. 32און דער כּהן װאָס מע װעט אים זאַלבן, און װאָס מע װעט דערפֿילן זײַן האַנט צו זײַן אַ כּהן אױף דעם אָרט[16] פֿון זײַן פֿאָטער, זאָל מכַפּר זײַן; און ער זאָל אָנטאָן די לײַנענע קלײדער, די הײליקע קלײדער. 33און ער זאָל מכַפּר זײַן אױפֿן קָדשֵי-קָדשים, און אױפֿן אוֹהל-מוֹעד; אױך אױפֿן מזבח זאָל ער מכַפּר זײַן, און אױף די כּהנים, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון דער אײַנזאַמלונג זאָל ער מכַפּר זײַן. 34און דאָס זאָל אײַך זײַן צום אײביקן געזעץ, מכַפּר צו זײַן אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון װעגן אַלע זײערע זינד, אײן מאָל אין יאָר. און ער האָט געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteHebrews 9 →

1אבער אויך דער ערשטער (בונד) האט געהאט דינים פון עבודה און א וועלטלעך מקדש. 2ווארום א משכן איז געבויט געווארן; דאס ערשטע, אין וועלכן עס איז געווען די מנורה און דער שולחן און דאס לחם הפנים; וואס האט געהייסן קודש; 3און פון אינעווייניק פון צווייטן פרוכת א משכן, וואס האט געהייסן קדשי קדשים, 4וואס האט אנטהאלטן דעם גאלדענעם מזבח פון קטורת און דעם ארון הברית, וואס איז אינגאנצן געווען באדעקט מיט גאלד, אין וועלכן (עס איז געווען) א גאלדענער קרוג, וואס האט אנטהאלטן מן, און אהרנס שטעקן, וואס האט געבליט, און די לוחות הברית, 5און פון אויבן, (איבער דעם ארון) די כרובים פון הערלעכקייט, וואס האבן באשאטנט דאס כפורת, וועגן וועלכן עס איז איצט נישט צו רעדן איינצלהייטלעך. 6און דאס דאזיקע איז געווען אזוי איינגעארדנט, אז אין ערשטן (אויסנווייניקסטן) משכן זענען די כהנים אלעמאל אריינגעגאנגען, טוענדיק די עבודה; 7אבער אין דעם צווייטן, נאר דער כהן גדול אליין, איין איינציק מאל אין יאר, נישט אָן בלוט, וואס ער איז מקריב פאר זיך און פאר די שגגות פון פאלק; 8דערמיט ווייזט דער רוח הקודש אויף, אז דער וועג צום קדשי קדשים איז נאך נישט געווען אנטפלעקט, בשעת דאס ערשטע משכן האט געהאט א קיום; 9וואס איז א משל פאר דער איצטיקער צייט; אין וועלכן מען איז מקריב מנחות און זבחים, וועלכע קענען נישט לויט דעם געוויסן שלמותדיק מאכן דעם, וואס ריכט אפ די עבודה, 10נאר זענען, מיט שפייזן און געטראנקען און פארשיידענע הלכות מקוואות, פליישלעכע דינים, און ארויפגעלייגט ביז צו דער צייט פון תיקון העולם.

11אבער משיח, קומענדיק ווי א כהן גדול פון די גוטע קומענדיקע זאכן, דורך דעם גרעסערן און מער פאלקאמענעם משכן, דעם נישט מיט הענט געמאכטן, דאס הייסט נישט פון דער דאזיקער באשאפונג, 12אויך נישט מיט דעם בלוט פון בעק און קעלבער, נאר מיט זיין אייגן בלוט, איז אריינגעגאנגען איינמאל פאר אלעמאל אינם קדשי קדשים, און געפונען אן אייביקע ישועה. 13ווארום אויב דאס בלוט פון בעק און רינדער און דאס אש פון א יונגער קו, ווערנדיק געשפריצט אויף טמאים, מאכט הייליק צום רייניקן דאס לייב, 14אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט? 15און צוליב דעם איז ער דער פארמיטלער פון דעם נייעם בונד, כדי נאכדעם ווי זיין טויט איז געווארן פאר אן אויסלייזונג פון די עבירות, וואס זענען אונטער דעם ערשטן בונד, זאלן די גערופענע באקומען די אייביקע ירושה. 16ווארום וואו עס איז דא א צוואה, דארט מוז געשען דער טויט פון דעם, וואס האט געמאכט די צוואה. 17ווייל א צוואה טרעט ערשט אריין אין קראפט, ווען מען איז שוין געשטארבן, אנדערש האט זי נישט קיין מאכט ווען דער, וואס האט געמאכט די צוואה, לעבט. 18דעריבער איז אויך דער ערשטער בונד נישט איינגעווייט געווארן אָן בלוט. 19ווארום משה, האבנדיק געזאגט אלע געבאטן פון דער תורה צום גאנצן פאלק, האט גענומען דאס בלוט פון די קעלבער און פון די בעק מיט וואסער און רויטער וואל און היזאפ און באשפריצט דאס ספר און דאס גאנצע פאלק, 20זאגנדיק:

דאס דאזיקע איז דאס בלוט פון דעם בונד,
וואס ה׳ האט אייך באפוילן.
(שמות כד, ח.)

21און אויך דאס משכן און אלע כלים פון דער עבודה האט ער אויף אן ענלעכן אופן באשפריצט מיט בלוט. 22און לויט דער תורה ווערט כמעט אלץ גערייניקט מיט בלוט; און אָן בלוט פארגיסונג גיבט נישט קיין פארגעבונג.

23דעריבער איז עס טאקע געווען נויטווענדיק, אז די מוסטערן פון די הימלישע זאכן זאלן גערייניקט ווערן מיט די דאזיקע, אבער די הימלישע זאכן אליין מיט בעסערע קרבנות, ווי די דאזיקע. 24ווארום דער משיח איז נישט אריינגעגאנגען אין א מקדש, וואס איז געווען געמאכט פון מענטשלעכע הענט, א בילד פון דעם אמתן; נאר ממש אין הימל אריין, איצט צו דערשיינען פאר ה׳ס פנים פאר אונדזערטוועגן; 25נישט כדי מערערע מאל זיך אליין מקריב צו זיין, ווי דער כהן גדול גייט אריין אין דעם קדשי קדשים יאר איין יאר אויס מיט פרעמד בלוט; 26ווייל אויב אזוי, וואלט ער באדארפן מערערע מאל ליידן זינט דעם אנהויב פון דער וועלט; איצט אבער ביים די סוף פון די צייטן איז ער דערשינען צו פארטיליקן די זינד דורך דעם קרבן פון זיך אליין. 27און ווי עס איז נגזר געווארן פאר מענטשן איינמאל צו שטארבן און נאכדעם דער יום הדין; 28אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Leviticus 15Leviticus 17 ►