1און די זין פֿון ראובֿן דעם בכוֹר פֿון יִשׂרָאֵלן – װאָרעם ער איז געװען דער בכוֹר, אָבער אַז ער האָט פֿאַרשװעכט דאָס געלעגער פֿון זײַן פֿאָטער, איז זײַן בכוֹרה אַװעקגעגעבן געװאָרן צו די קינדער פֿון יוֹסף דעם זון פֿון יִשׂרָאֵלן, הגם נישט זיך צו רעכענען אין דעם יחוס-בריװ אױף דער בכוֹרה; 2װאָרעם יהוּדה האָט אַריבערגעשטיגן זײַנע ברידער, און פֿון אים איז אַרױס דער פֿירשט; אָבער די בכוֹרה איז געװען יוֹספֿס – 3די זין פֿון ראובֿן דעם בכוֹר פֿון יִשׂרָאֵלן זײַנען געװען: חַנוֹך, און פַּלוא, חֶצרוֹן, און כַּרמי. 4די קינדער פֿון יוֹאֵלן זײַנען געװען: זײַן זון שמַעיָה, זײַן זון גוֹג, זײַן זון שִמְעִי; 5זײַן זון מִיכָה, זײַן זון רְאָיָה, זײַן זון בַעַל; 6זײַן זון באֵרָה, װאָס תִּלגַת-פּלנֶסֶר דער מלך פֿון אשור האָט פֿאַרטריבן; ער איז געװען דער פֿירשט פֿון די ראובֿנים. 7און זײַנע ברידער לױט זײַנע משפּחות, זיך יחוסנדיק לױט זײערע געבורטן, זײַנען געװען: דער הױפּט יעִיאֵל, און זכַריָהו; 8און בֶלַע דער זון פֿון עָזָז דעם זון פֿון שֶמַע, דעם זון פֿון יוֹאֵלן, װאָס איז געזעסן אין עַרוֹעֵר, ביז נבֿוֹ און בַעַל-מְעוֹן; 9און צו מזרח איז ער געזעסן ביז מע קומט צום מדבר, פֿון טײַך פּרָת אָן; װאָרעם זײערע פֿיך האָבן זיך פֿאַרמערט אין לאַנד גִלעָד. 10און אין די טעג פֿון שָאולן האָבן זײ געמאַכט אַ מלחמה מיט די הַגריאים, און יענע זײַנען געפֿאַלן דורך זײער האַנט; און זײ האָבן זיך באַזעצט אין זײערע געצעלטן איבער דער גאַנצער געגנט צו מזרח פֿון גִלעָד.
11און די קינדער פֿון גָד זײַנען געזעסן אַקעגן זײ אין לאַנד בָשָן ביז סַלכָה; 12יוֹאֵל דער הױפּט, און שָפֿם דער צװײטער, און יַענַי, און שָפֿט, אין בָשָן; 13און זײערע ברידער לױט זײערע פֿאָטערהײַזער: מיכָאֵל, און משולָם, און שֶבַֿע, און יוֹרַי, און יַעְכָּן, און זיעַ, און עֵבֶֿר – זיבן. 14דאָס זײַנען די זין פֿון אַבֿיהַיִל דעם זון פֿון חורי, דעם זון פֿון יָרוֹחַ, דעם זון פֿון גִלעָד, דעם זון פֿון מיכָאֵל, דעם זון פֿון ישישַי, דעם זון פֿון יַחדוֹ, דעם זון פֿון בוזן. 15אַחי דער זון פֿון אַבֿדיאֵל דעם זון פֿון גונין איז געװען דער הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער. 16און זײ זײַנען געזעסן אין גִלעָד, אין בָשָן, און אין אירע טעכטערשטעט, און אין אַלע אָפֿענע ערטער פֿון שָרוֹן, בײַ זײערע טױערן. 17זײ אַלע האָבן זיך פֿאַרצײכנט אין די טעג פֿון יוֹתָם דעם מלך פֿון יהוּדה, און אין די טעג פֿון יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל.
18די קינדער פֿון ראובֿן, און די גָדים, און דער האַלבער שבֿט מנַשֶה – פֿון העלדישע יונגען, מענטשן װאָס טראָגן אַ שילד און אַ שװערד, און שפּאַנען אַ בױגן, און זײַנען געלערנט אין מלחמה, זײַנען געװען פֿיר און פֿערציק טױזנט און זיבן הונדערט און זעכציק װאָס גײען אַרױס אין חיל. 19און זײ האָבן געמאַכט אַ מלחמה מיט די הַגריאים, און איטור, און נָפֿיש, און נוֹדָבֿ. 20און זײ זײַנען געהאָלפֿן געװאָרן אַקעגן זײ, און די הַגריאים און אַלע װאָס מיט זײ זײַנען געגעבן געװאָרן אין זײער האַנט; װאָרעם זײ האָבן געשריען צו אלֹקים אין דער מלחמה, און ער האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון זײ, װײַל זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט אױף אים. 21און זײ האָבן געפֿאַנגען זײערע פֿיך: זײערע קעמלען פֿופֿציק טױזנט, און שאָף צװײ הונדערט און פֿופֿציק טױזנט, און אײזלען צװײ טױזנט, און נפֿשות מענטשן הונדערט טױזנט. 22װאָרעם עס זײַנען געפֿאַלן פֿיל דערשלאָגענע, װײַל די מלחמה איז געװען פֿון האלֹקים. און זײ זײַנען געזעסן אױף דעם אָרט פֿון זײ ביז צום גלות.
23און די קינדער פֿון דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה זײַנען געזעסן אין לאַנד, פֿון בָשָן ביז בעַל-חרמוֹן, און שׂניר, און דעם באַרג חֶרמוֹן. זײ האָבן זיך געמערט. 24און דאָס זײַנען די הױפּטלײַט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער: עֵפֿר, און יִשעִי, און אֶליאֵל, און עַזריאֵל, און יִרמיָה, און הוֹדַוְיָה, און יַחדיאֵל, מענטשן העלדישע גיבוֹרים, מענטשן מיט נעמען, הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער.
25און זײ האָבן געפֿעלשט אָן דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, און זײַנען געװען פֿאַרפֿירט נאָך די ג‑טער פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד, װאָס ה׳ האָט פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר זײ. 26און אלוקי יִשׂרָאֵל האָט דערװעקט דעם גײַסט פֿון פּול דעם מלך פֿון אשור, און דעם גײַסט פֿון תִּלגַת-פּלנֶסֶר דעם מלך פֿון אשור, און ער האָט זײ פֿאַרטריבן – די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה, און ער האָט זײ געבראַכט קײן חַלַח, און חָבֿוֹר, און הָראָ, און בײַם טײַך גוֹזָן, ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
27 די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹן, קהָת, און מרָרי. 28 און די זין פֿון קהָתן: עַמרָם, יִצהָר, און חֶבֿרוֹן, און עוזיאֵל. 29 און די קינדער פֿון עַמרָמען: אַהרֹן, און משה, און מִריָם. און די זין פֿון אַהרֹנען: נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר. 30 אֶלעָזָר האָט געבאָרן פּינְחסן; פּינְחס האָט געבאָרן אַבֿישועַן. 31 און אַבֿישועַ האָט געבאָרן בוקין, און בוקי האָט געבאָרן עוזין. 32 און עוזי האָט געבאָרן זֶרַחיָהן, און זֶרַחיָה האָט געבאָרן מרָיוֹתן.
33 מרָיוֹת האָט געבאָרן אַמַריָהן, און אַמַריָה האָט געבאָרן אַחיטובֿן. 34 און אַחיטובֿ האָט געבאָרן צָדוֹקן, און צָדוֹק האָט געבאָרן אַחימַעַצן. 35 און אַחימַעַץ האָט געבאָרן עַזַריָהן, און עַזַריָה האָט געבאָרן יוֹחָנָנען. 36 און יוֹחָנָן האָט געבאָרן עַזַריָהן; דאָס איז דער װאָס איז געװען אַ כּהן אין דעם הױז װאָס שלמה האָט געבױט אין ירושָלַיִם. 37 און עַזַריָה האָט געבאָרן אַמַריָהן, און אַמַריָה האָט געבאָרן אַחיטובֿן. 38 און אַחיטובֿ האָט געבאָרן צָדוֹקן, און צָדוֹק האָט געבאָרן שַלומען. 39 און שַלום האָט געבאָרן חִלקִיָהן, און חִלקִיָה האָט געבאָרן עַזַריָהן.
40 און עַזַריָה האָט געבאָרן שׂרָיָהן, און שׂרָיָה האָט געבאָרן יהוֹצָדָקן. 41 און יהוֹצָדָק איז אַװעק אין גלות, װען ה׳ האָט פֿאַרטריבן יהוּדה און ירושָלַיִם דורך דער האַנט פֿון נבֿוכַדנֶצַרן.