1פֿינף און צװאַנציק יאָר איז יוֹתָם אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען ירושה די טאָכטער פֿון צָדוֹקן.
2און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער עוּזִיָהו האָט געטאָן; נאָר ער איז נישט אַרײַנגעגאַנגען אין הֵיכל פֿון ה׳. אָבער דאָס פֿאָלק איז נאָך אַלץ געװען פֿאַרדאָרבן.
3ער האָט געבױט דעם אױבערשטן טױער פֿון ה׳ס הױז, און אין דער מױער פֿון עוֹפֿל האָט ער פֿיל געבױט. 4און ער האָט געבױט שטעט אין די בערג פֿון יהוּדה, און אין די װעלדער האָט ער געבױט פּאַלאַצן און טורעמס. 5און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט דעם מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און האָט זײ איבערגעשטאַרקט, און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן אים געגעבן אין יענעם יאָר הונדערט צענטנער זילבער, און טױזנט קאָר װײץ, און גערשטן צען טױזנט. דאָס אײגענע האָבן אים די קינדער פֿון עַמוֹן געבראַכט אױך אױפֿן צװײטן יאָר און אױפֿן דריטן. 6און יוֹתָם איז געװאָרן שטאַרק, װאָרעם ער האָט אױפֿגעפּאַסט זײַנע װעגן פֿאַר ה׳ זײַן ג-ט.
7און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹתָמען, און אַלע זײַנע מלחמות, און זײַנע פֿירונגען, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל און יהוּדה.
8פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם.
9און יוֹתָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון אָחָז איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[1]