AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 23
◄ 1 Chronicles 22
1 Chronicles 23
דִבֿרֵי הַיָמִים א 23
1 Chronicles 24 ►

1און דָוִד איז געװאָרן אַלט און זאַט מיט טעג, און ער האָט געמאַכט זײַן זון שלמהן פֿאַר מלך איבער יִשׂרָאֵל. 2און ער האָט אײַנגעזאַמלט אַלע האַרן פֿון יִשׂרָאֵל, און די כּהנים און די לוִיִים. 3און די לוִיִים זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און זײער צאָל לױט זײערע קעפּ, פֿון די מענער, איז געװען אַכט און דרײַסיק טױזנט. 4פֿון די דאָזיקע, אױף אױפֿצופּאַסן אױף דער אַרבעט פֿון הױז פֿון ה׳ פֿיר און צװאַנציק טױזנט, און אױפֿזעער און ריכטער, זעקס טױזנט. 5און פֿיר טױזנט טױערלײַט; און פֿיר טױזנט װאָס זאָלן לױבן ה׳ מיט די כּלֵי-זֶמֶר װאָס איך האָב געמאַכט אױף צו לױבן.

6און דָוִד האָט זײ אײַנגעטײלט אין אײַנטײלונגען לױט די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹן, קהָת, און מרָרי.

7פֿון די גֵרשונים: לַעְדָן, און שִמְעִי. 8די זין פֿון לַעְדָנען: דער הױפּט יחיאֵל, און זֵתָם, און יוֹאֵל – דרײַ. 9די זין פֿון שִמְעִין: שלוֹמית, און חזיאֵל, און הָרָן – דרײַ. די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון לַעְדָן. 10און די זין פֿון שִמְעִין זײַנען געװען: יַחת, זינאָ, און יְעוש און בריעָה. דאָס זײַנען געװען די פֿיר זין פֿון שִמְעִין.

11און יַחת איז געװען דער הױפּט, און זיזָה דער צװײטער; און יְעוש און בריעָה האָבן נישט געהאַט פֿיל זין, דערום זײַנען זײ אין דער צײלונג געװען אײן פֿאָטערהױז.

12די זין פֿון קהָת; עַמרָם, יִצהָר, חֶבֿרוֹן, און עוזיאֵל – פֿיר. 13די זין פֿון עַמרָמען: אַהרֹן, און משה. און אַהרֹן איז אָפּגעשײדט געװאָרן, כּדי אים צו הײליקן פֿאַר גאָר הײליק, אים און זײַנע זין ביז אײביק, צו דעמפֿן פֿאַר ה׳, אים צו באַדינען, און צו בענטשן אין זײַן נאָמען אײביק. 14און משה דער מאַן פֿון ג-ט, זײַנע קינדער װערן גערופֿן אױף שבֿט לֵוִי. 15די זין פֿון משהן זײַנען געװען: גֵרשוֹם, און אֶליעֶזֶר.

16די זין פֿון גֵרשוֹמען: שבֿואֵל דער הױפּט. 17און די זין פֿון אֶליעֶזֶרן זײַנען געװען: רחבֿיָה דער הױפּט. און אֶליעֶזֶר האָט נישט געהאַט קײן אַנדערע זין; אָבער די זין פֿון רחבֿיָהן זײַנען געװען פֿיל ביז גאָר. 18די זין פֿון יִצהָרן זײַנען געװען: שלוֹמית דער הױפּט. 19די זין פֿון חֶבֿרוֹנען: אירִיָהו, דער הױפּט, אַמַריָה דער צװײטער, יַחזיאֵל דער דריטער, און איקַמעָם דער פֿירטער. 20די זין פֿון עוזיאֵלן: מִיכָה דער הױפּט, און יִשִיָה דער צװײטער.

21די זין פֿון מרָרין: מַחלי, און מושי. די זין פֿון מַחלין: אֶלעָזָר, און קיש. 22און אֶלעָזָר איז געשטאָרבן, און האָט נישט געהאַט קײן זין, נאָר טעכטער; און זײערע אײגענע, די זין פֿון קישן, האָבן זײ גענומען. 23די זין פֿון מושין זײַנען געװען: מַחלי, און עֵדֶר, און ירֵמוֹת – דרײַ.

24די דאָזיקע זײַנען געװען די זין פֿון לֵוִין לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער לױט זײערע געצײלטע, נאָך דער צאָל פֿון נעמען לױט זײערע קעפּ, די װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט פֿאַר דעם דינסט פֿון הױז פֿון ה׳, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער. 25װאָרעם דָוִד האָט געזאָגט: ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט באַרוט זײַן פֿאָלק, און ער רוט אין ירושָלַיִם אױף אײביק; 26און אױך די לוִיִים דאַרפֿן מער נישט טראָגן דעם מישכּן, און אַלע זײַנע כּלים פֿאַר זײַן דינסט. 27יאָ, לױט די לעצטע װערטער פֿון דָוִדן איז די צײלונג פֿון די קינדער פֿון לֵוִי געװען פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער. 28װאָרעם זײ האָבן געדאַרפֿט שטײן בײַ דער האַנט פֿון די קינדער פֿון אַהרֹן פֿאַר דעם דינסט פֿון הױז פֿון ה׳, אױף די הױפֿן, און אױף די קאַמערן, און אױף דער רײניקונג פֿון אַלע הײליקע זאַכן, און דער אַרבעט פֿון דעם דינסט פֿון הױז פֿון אלֹקים; 29און פֿאַר דעם אױסגעלײגטן ברױט, און פֿאַר דעם זעמלמעל פֿאַר שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, סײַ פֿון אומגעזײַערטע קוכנס, סײַ אין אַ באַקפֿאַן, סײַ אין אַ שמאָרפֿאַן; און פֿאַר יעטװעדער פֿײַכטער און טרוקענער מאָס; 30און אױף צו שטײן מאָרגן פֿאַר מאָרגן צו דאַנקען און צו לױבן ה׳, און דעסט גלײַכן אין אָװנט; 31און פֿאַר יעטװעדער אױפֿברענגען פֿון בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} צו ה׳ אין די שבתים, אום ראָש-חודש, און אין די יוֹם-טובֿים, לױט דער צאָל, אַזױ װי דער דין װעגן זײ, תּמיד, פֿאַר ה׳; 32און אַז זײ זאָלן היטן די היטונג פֿון דעם אוֹהל-מוֹעד, און די היטונג פֿון דעם הײליקטום, און די היטונג פֿון די קינדער פֿון אַהרֹן, זײערע ברידער, פֿאַר דעם דינסט פֿון הױז פֿון ה׳.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 221 Chronicles 24 ►