AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 22
◄ 1 Chronicles 21
1 Chronicles 22
דִבֿרֵי הַיָמִים א 22
1 Chronicles 23 ►

1און דָוִד האָט געזאָגט: דאָס איז דאָס הױז פֿון ה׳ האלֹקים, און דאָס איז דער מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿאַר יִשׂרָאֵל.

2און דָוִד האָט געהײסן אײַנזאַמלען אַלע פֿרעמדע װאָס אין לאַנד יִשׂרָאֵל, און ער האָט געשטעלט שטײנהעקער אױסצוהאַקן געשניטענע שטײנער אױף צו בױען דאָס הױז פֿון אלֹקים. 3און אײַזן לרובֿ אױף נעגל פֿאַר די טירן פֿון די טױערן, און אױף קלאַמערן, האָט דָוִד אָנגעברײט; און קופּער לרובֿ גאָר אָן אַ װאָג; 4און צעדערהאָלץ אָן אַ צאָל; װאָרעם די צידוֹנים און די צוֹרים האָבן געבראַכט דָוִדן צעדערהאָלץ לרובֿ. 5און דָוִד האָט געזאָגט: מײַן זון שלמה איז יונג און שװאַך, און דאָס הױז װאָס מע דאַרף בױען צו ה׳, דאַרף מען מאַכן גרױס ביז גאָר, פֿאַר אַ שם, און פֿאַר אַ צירונג, אַנטקעגן אַלע לענדער; לאָמיך אַקאָרשט צוגרײטן פֿאַר אים. און דָוִד האָט צוגעגרײט אַ סך פֿאַר זײַן טױט.

6און ער האָט גערופֿן זײַן זון שלמהן, און ער האָט אים באַפֿױלן צו בױען אַ הױז צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 7און דָוִד האָט געזאָגט צו שלמהן: מײַן זון, בײַ מיר אַלײן איז געװען אין האַרצן צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ מײַן ג-ט. 8אָבער דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: אַ סך בלוט האָסטו פֿאַרגאָסן, און גרױסע מלחמות האָסטו געמאַכט; קענסט נישט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, װײַל דו האָסט פֿיל בלוט פֿאַרגאָסן צו דער ערד פֿאַר מײַן געזיכט. 9אָט װערט דיר געבאָרן אַ זון; ער װעט זײַן אַ מענטש פֿון רו, און איך װעל אים באַרוען פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט פֿון אַרום; װאָרעם שלמה װעט זײַן זײַן נאָמען, און שלום און שטילקײט װעל איך געבן יִשׂרָאֵל אין זײַנע טעג. 10ער װעט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַ זון, און איך אים פֿאַר אַ פֿאָטער; און איך װעל באַפֿעסטיקן דעם טראָן[1] פֿון זײַן מלוכה איבער יִשׂרָאֵל אױף אײביק. 11אַצונד, מײַן זון, זאָל ה׳ זײַן מיט דיר, און זאָלסט מצליח זײַן, און בױען דאָס הױז פֿון ה׳ דײַן ג-ט, אַזױ װי ער האָט גערעדט װעגן דיר. 12זאָל נאָר ה׳ דיר געבן שׂכל און פֿאַרשטאַנדיקײט, און דיך באַפֿעלן איבער יִשׂרָאֵל; און אַז דו זאָלסט היטן די תּורה פֿון ה׳ דײַן ג-ט. 13דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן, אַז דו װעסט היטן צו טאָן די חוקים און די געזעצן װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן פֿאַר יִשׂרָאֵל. זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן. 14און אָט אין מײַן אָרימקײט האָב איך צוגעגרײט פֿאַר דעם הױז פֿון ה׳ הונדערט טױזנט צענטנער גאָלד, און טױזנט מאָל טױזנט צענטנער זילבער, און קופּער און אײַזן אָן אַ װאָג, װאָרעם עס איז דאָ לרובֿ; אױך האָלץ און שטײנער האָב איך צוגעגרײט, און דו קענסט נאָך צולײגן דערצו. 15און בײַ דיר זײַנען דאָ אַ סך בַעַל-מלאָכות, שטײנהעקער, און מײַנסטערס אין שטײן און אין האָלץ, און אַלערלײ קינצלער אין יעטװעדער מלאָכה. 16צום גאָלד, צום זילבער, און צום קופּער, און צום אײַזן, איז קײן צאָל נישטאָ; שטײ אױף און טו, און זאָל ה׳ זײַן מיט דיר.

17און דָוִד האָט באַפֿױלן אַלע האַרן פֿון יִשׂרָאֵל צו העלפֿן זײַן זון שלמהן: 18פֿאַר װאָר, ה׳ אלוקיכם איז מיט אײַך, און ער האָט אײַך באַרוט פֿון רונד אַרום, װאָרעם ער האָט געגעבן אין מײַן האַנט די באַװױנער פֿון לאַנד, און דאָס לאַנד ליגט באַצװוּנגען פֿאַר ה׳ און פֿאַר זײַן פֿאָלק. 19אַצונד, גיט אײַער האַרץ און אײַער זעל צו זוכן ה׳ אלוקיכם, און שטײט אױף, און בױט דאָס מִקדָש פֿון ה׳ דעם האַר, כּדי צו ברענגען דעם אָרון פֿון ג-טס ברית, און די הײליקע כּלים פֿון ה׳, אין דעם הױז װאָס װערט געבױט צו דעם נאָמען פֿון ה׳.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 211 Chronicles 23 ►