AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 28
◄ 1 Chronicles 27
1 Chronicles 28
דִבֿרֵי הַיָמִים א 28
1 Chronicles 29 ►

1און דָוִד האָט אײַנגעזאַמלט אַלע האַרן פֿון יִשׂרָאֵל, די האַרן פֿון די שבֿטים, און די הױפּטלײַט פֿון די אָפּטײלונגען װאָס האָבן באַדינט דעם מלך, און די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, און די אױפֿזעערס איבער דעם גאַנצן פֿאַרמעג און פֿיך פֿון מלך און פֿון זײַנע זין, מיט די הױפֿדינער און די גיבוֹרים – איטלעכן העלדישן גיבור – קײן ירושָלַיִם. 2און דָוִד המלך האָט זיך געשטעלט אױף זײַנע פֿיס, און האָט געזאָגט: הערט מיך צו, מײַנע ברידער און מײַן פֿאָלק; בײַ מיר אין מײַן האַרצן איז געװען צו בױען אַ הױז פֿון רו פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, און פֿאַר אַ פֿוסבענקל פֿאַר אלוקינו, און איך האָב זיך אָנגעברײט צו בױען. 3אָבער האלֹקים האָט צו מיר געזאָגט: קענסט נישט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, װאָרעם אַ מענטש פֿון מלחמות ביסטו, און בלוט האָסטו פֿאַרגאָסן. 4אָבער ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט מיך אױסדערװײלט פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון מײַן פֿאָטער צו זײַן אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל אױף אײביק; װאָרעם יהוּדהן האָט ה׳ אױסדערװײלט פֿאַר אַ פֿירשט, און אין דעם הױז פֿון יהוּדה, דעם הױז פֿון מײַן פֿאָטער, און צװישן די זין פֿון מײַן פֿאָטער, האָט ער מיך באַגערט, אױף צו מאַכן פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל. 5און פֿון אַלע מײַנע זין – װאָרעם פֿיל זין האָט מיר ה׳ געשאָנקען – האָט ער אױסדערװײלט מײַן זון שלמהן צו זיצן אױף דעם טראָן[1] פֿון ג-טס מלוכה איבער יִשׂרָאֵל. 6און ער האָט צו מיר געזאָגט: דײַן זון שלמה, ער װעט בױען מײַן הױז און מײַנע הױפֿן, װאָרעם איך האָב אים אױסדערװײלט פֿאַר אַ זון צו מיר, און איך װעל אים זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער. 7און איך װעל באַפֿעסטיקן זײַן מלוכה אױף אײביק, אױב ער װעט זײַן שטאַרק, צו טאָן מײַנע געבאָט און מײַנע געזעצן אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 8און אַצונד, פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, דער עדה פֿון ה׳, און אין די אױערן פֿון אלוקינו; היט אָפּ און זוכט נאָך אַלע געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם, כּדי איר זאָלט אַרבן דאָס גוטע לאַנד, און לאָזן אין ירושה צו אײַערע קינדער נאָך אײַך ביז אײביק.

9און דו שלמה מײַן זון, װײס דעם ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער, און דין אים מיט אַ גאַנצן האַרצן, און מיט אַ װיליקער זעל, װאָרעם אַלע הערצער פֿאָרשט ה׳, און יעטװעדער טראַכטעניש פֿון די געדאַנקען קען ער; אַז דו װעסט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון דיר, אָבער אַז דו װעסט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער דיך אַװעקװאַרפֿן אױף אײביק. 10קוק זיך אַרום אַצונד, װאָרעם ה׳ האָט דיך אױסדערװײלט צו בױען אַ הױז פֿאַר אַ מִקדָש; זײ שטאַרק, און טו.[2]

11און דָוִד האָט געגעבן זײַן זון שלמהן דאָס געמעל פֿון דעם פֿאָדערהױז, און זײַנע בניָנים, און זײַנע שאַצקאַמערן, און זײַנע אײבערשטובן, און זײַנע אינעװײניקסטע חדרים, און דאָס הױז פֿון דעם דעק {כַּפֹּרֶת} [פֿון אָרון]; 12און דאָס געמעל פֿון אַלץ װאָס איז געװען בײַ אים אין געדאַנקען דורך דעם רוח הקודש, פֿאַר די הױפֿן פֿון הױז פֿון ה׳, און פֿאַר אַלע קאַמערן רונד אַרום, פֿאַר די שאַצן פֿון הױז פֿון האלֹקים, און פֿאַר די שאַצן פֿון די געהײליקטע זאַכן, 13און פֿאַר די אָפּטײלונגען פֿון די כּהנים און די לוִיִים, און פֿאַר אַלערלײ אַרבעט פֿון דעם דינסט אין הױז פֿון ה׳, און פֿאַר די כּלים פֿון דעם דינסט אין הױז פֿון אלֹקים.

14גאָלד אױפֿן װאָג, פֿאַר דעם גאָלד פֿון אַלערלײ כּלים פֿאַר יעטװעדער דינסט; פֿאַר אַלע זילבערנע כּלים, אױפֿן װאָג, פֿאַר אַלערלײ כּלים פֿון יעטװעדער דינסט. 15און אױפֿן װאָג פֿאַר די גילדערנע מנוֹרות מיט זײערע גילדערנע רערלעך, לױט דער װאָג פֿון איטלעכער מנוֹרה מיט אירע רערלעך; און פֿאַר די זילבערנע מנוֹרות לױט דער װאָג פֿון אַ מנוֹרה מיט אירע רערלעך, װי נאָך דער אַרבעט פֿון איטלעכער מנוֹרה. 16און גאָלד אױפֿן װאָג פֿאַר די טישן פֿון דער אױסלײגונג [פֿון ברױט], פֿאַר איטלעכן טיש; און זילבער פֿאַר די זילבערנע טישן. 17און פֿאַר די גאָפּלען, און די שפּרענגבעקנס, און די קאַנען, רײנע גאָלד; און פֿאַר די גילדערנע בעכערס, אױפֿן װאָג פֿאַר איטלעכן בעכער; און פֿאַר די זילבערנע בעכערס, אױפֿן װאָג פֿאַר איטלעכן בעכער. 18און פֿאַר דעם מזבח פֿון װײַרעך געלײַטערטע גאָלד אױפֿן װאָג; און גאָלד פֿאַר דער געשטאַלט פֿון דעם רײַטװאָגן, די כּרובֿים װאָס שפּרײטן אױס [די פֿליגלען] און שירעמען איבער דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית. 19דאָס אַלץ גיב איך דיר אין געשריפֿטס, פֿון דער האַנט פֿון ה׳ װאָס האָט מיך געקליגט; אַלע אַרבעטן פֿון דעם געמעל.

20און דָוִד האָט געזאָגט צו זײַן זון שלמהן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, און טו; זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ אלֹקים, מײַן ג-ט, איז מיט דיר; ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און נישט פֿאַרלאָזן, ביז די גאַנצע אַרבעט פֿאַר דעם דינסט פֿון הױז פֿון ה׳ װעט זײַן געענדיקט. 21און אָט זײַנען די אָפּטײלונגען פֿון די כּהנים און די לוִיִים פֿאַר יעטװעדער דינסט פֿון הױז פֿון אלֹקים; און דו האָסט מיט זיך פֿאַר יעטװעדער אַרבעט איטלעכן װאָס איז גערנװיליק, מיט קלוגשאַפֿט פֿאַר אַלערלײ אַרבעט; און די האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַנען צו אַלע דײַנע באַפֿעלן.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteJohn 17 →

1דאס האט יהושע/ישוע גערעדט; און אויפהויבנדיק זיינע אויגן צום הימל, האט ער געזאגט; פאטער, עס איז געקומען די שעה; פארהערלעך דיין זון, כדי דער זון זאל דיך פארהערלעכן; 2ווי דו האסט אים געגעבן מאכט איבער יעדן בשר (ודם), כדי ער זאל געבן אייביק לעבן צו אלעמען, וואס דו האסט אים געגעבן. 3און דאס איז דאס אייביקע לעבן, אז זיי זאלן דיך קענען, דעם איינציק אמתן ג‑ט, און יהושע/ישוע המשיחן, וועמען דו האסט געשיקט. 4איך האב דיך פארהערלעכט אויף דער ערד, איך האב פארענדיקט דאס ווערק, וואס דו האסט מיר געגעבן צו טאן. 5און איצט, פאטער, פארהערלעך דו מיך, מיט דער הערלעכקייט, וואס איך האב געהאט ביי דיר, איידער די וועלט איז (באשאפן) געווארן. 6איך האב אנטפלעקט דיין נאמען צו די מענטשן, וועלכע דו האסט מיר געגעבן אויס דער וועלט; דיין זענען זיי געווען, און דו האסט זיי מיר געגעבן; און זיי האבן געהאלטן דיין ווארט. 7איצט ווייסן זיי, אז אלץ, וואס דו האסט מיר געגעבן, איז פון דיר; 8ווייל די ווערטער, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן; און זיי האבן זיי אנגענומען, און באמת דערקענט, אז איך בין ארויסגעגאנגען פון דיר; און האבן געגלויבט, אז דו האסט מיך געשיקט. 9איך בעט דיך פאר זייערטוועגן; איך בעט נישט פאר דער וועלט, נאר פאר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, ווייל זיי זענען דיין; 10און אלץ, וואס איז מיין, איז דיין, און דיינס איז מיין; און איך בין פארהערלעכט אין זיי. 11און איך בין מער נישט אין דער וועלט, און זיי זענען אין דער וועלט, און איך קום צו דיר. הייליקער פאטער, באהיט זיי אין דיין נאמען, וואס דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס, אזוי ווי מיר! 12בשעת איך בין געווען מיט זיי, האב איך זיי באהיט אין דיין נאמען, וועלכן דו האסט מיר געגעבן; און האב געוואכט (איבער זיי), און קיינער פון זיי איז נישט פארלוירן געגאנגען, אחוץ דער בן האבדון (פארלוירענער זון), כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן. 13איצט אבער גיי איך צו דיר; און דאס זאג איך אין דער וועלט, כדי זיי זאלן האבן מיין פרייד שלמותדיק אין זיך. 14איך האב זיי געגעבן דיין ווארט; און די וועלט האט זיי פיינט, ווייל זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט. 15איך בעט נישט, אז דו זאלסט זיי ארויסנעמען אויס דער וועלט, נאר אז דו זאלסט זיי אפהיטן פון בייז. 16זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט. 17הייליק זיי אין דעם אמת; דיין ווארט איז אמת. 18ווי דו האסט מיך געשיקט אין דער וועלט אריין, אזוי האב איך זיי געשיקט אין דער וועלט אריין. 19און פאר זייערטוועגן הייליק איך מיך, כדי זיי זאלן זיין געהייליקט אין דעם אמת. 20און נישט נאר פאר די דאזיקע אליין בעט איך, נאר אויך פאר יענע, וואס וועלן גלויבן אין מיר דורך זייער ווארט, 21כדי אלע זאלן זיין איינס; ווי דו, פאטער, אין מיר, און איך אין דיר, אז אויך זיי זאלן זיין אין אונדז; כדי די וועלט זאל גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט. 22און דעם כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס פונקט ווי מיר זענען איינס. 23איך אין זיי, און דו אין מיר, כדי זיי זאלן ווערן שלמותדיק אין איינעם, כדי די וועלט זאל וויסן, אז דו האסט מיך געשיקט, און האסט זיי ליב געהאט, פונקט אזוי ווי דו האסט מיך ליב געהאט. 24פאטער, איך וויל, אז וואו איך בין, זאלן אויך זיין מיט מיר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זען מיין כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן; ווייל דו האסט מיך ליב געהאט פון פאר דער גרינדונג פון דער וועלט. 25גערעכטער פאטער, די וועלט האט דיך נישט געקענט, איך אבער האב דיך יא געקענט; און די דאזיקע ווייסן, אז דו האסט מיך געשיקט; 26און איך האב צו זיי באקאנט געמאכט דיין נאמען, און וועל אים באקאנט מאכן, כדי די ליבע, מיט וועלכער דו האסט מיך ליב געהאט, זאל זיין אין זיי, און איך אין זיי.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 271 Chronicles 29 ►